top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: האד' מהארדענקא אריינגעפירט אין שפיטאל נאך לאנג - פארצויגענע שוואכקייט

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


דעם פרייטאג ערב שבת קודש איז כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א לאנג פארצויגענער שוואכקייט וואס האט באטראפן דעם רבי'ן די לעצטע תקופה.


שוין דורכאויס יום טוב פסח האט דער רבי שליט"א נישט גוט געשפירט, און איז נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צוליב זיין חולשה.


פרייטאג אינדערפרי נאך א סעריע טעסטן וואס האבן נישט געוויזן קיין שום שינוי לטובה איז דער רבי אריינגעפירט געווארן דורך די חברה הצלה צו א לאקאלע שפיטאל אין מאנטשעסטער פאר באלדיגע אונטערזוכונגען, נאך וואס עס איז דא א פארדאכט אז דער רבי ליידט פון א אינפעקציע אדער דאס גלייכן.


אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואתו השלימה, מרן יצחק אריה בן חנה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

תגובות


bottom of page