top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ניו יארק • שיינעם ציבור ידידים אין מעריצים מיטגעהאלטן שמחת הנישואין במעונו פון האד' מהארדענקא

פרייטאג פ' בהעלתך - כ' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פילצאָליגע חסידים ידידים ומעריצים האָבן דעם מיטוואך מיטגעהאַלטן די שמחת החתונה פונעם חתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מהראדענקא שליט"א, החתן בן יחיד ביי בנו יחידו הרב יואל ווייס איידעם ביי הגה"צ אב"ד זכרון משה דעעש זצ"ל מיט די כלה בת הרה"ח ר' חיים צבי פריינד, וואָס איז אָפּגעראָכטן געוואָרן בשמחה וצהלה אין די זאַלן פון עמינענס אין בארא פארק.


בראש השמחה האט זיך אנגעזעהן די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מהאראדענקא שליט"א וועלכע איז געקומען צופארן פון מאנטשעסטער מפאר זיין על ראש שמחתו, ווי אויך האבן זיך אנגעזעהן צענדליגער געסט פון מאנטשעסטער אריינגערעכנט רבנים דיינים וראשי ישיבות פון מאנטשעסטער וועלכע זענען געקומען מיטהלאטן דעם שמחה בבית צדיקים.


אויך האט זיך דערקענט די צענדליגער אורחים חשובים שלוחי דרבנן, מנהלי מוסדות און גבאי צדקה פון איבער די וועלט וועלעכע זענען געקומען צופארן מריחוק מקום זיך באטייליגן ביי די שמחה במעון הקודש פונעם האראדענקא רבי'ן שליט"א, וואס איז ברייט באקאנט אלטס דער עמוד החסד מיט די פילצאליגע ברייטפַארצווייגטע צדקה וחסד אקטיוויטעטן ווָאס די רבי שליט"א פירט שוין אן פאר לַאנגע יָארן ארויסצוהעלפן אידישע קינדער אין אלע מצבים, און איז כסדר מוזיל מכספו ומממונו אוצרות זהב למען הכלל והפרט.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וועלעכע האבן באשיינט די שמחה האט זיך אנגעזעהן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלעכע האט זיך ספעציעל מטריח געווען אין איז אנגעקומען קיין בארא פארק צו באשיינען די שמחה אינעם רבינ'ס הויף, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים, כ"ק אדמו"ר מסקווירא בארא פארק, כ"ק אדמו"ר מטשערנוביץ, כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן, הגה"צ גאב"ד אודווארי, דעם רבינ'ס ברידער הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, די חשובער געסט פון מאנטשסטער הרה"ג ר' גבריאל קנאפללער ראש ישיבת שערי תורה און הרה"ג ר' חיים היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת.


נאָך די ריקודין של שמחה האָבן נאָכגעפאָלגט די ריקודין של מצוה לפני הכלה ווי צום ערשט האט בדחנא דמלכא ר' לייבי גראס אויסגערופן דעם געהויבענעם זיידע כ"ק אדמו"ר מהאראדענקא מיט פאסיגע דברי חרוזין, און דאן האט די רבי שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, און דערנאך זענען געטאנצן די געהויבענע זיידעס און מחותנים שליט"א.












Comentarios


bottom of page