עורו נא התעוררי נא: מצב הבריאות פון האד' מהארדענקא - קריטיש
- 14 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' קרח • כ''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כלל ישראל ווערט גערופן מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פון האי גאון וצדיק מגדולי עמודי החסד בדורינו כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער וועלכע געפונט זיך אין א קריטישן געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין תפילות ישראל.
דער רבי שליט"א וועלכער איז שוין ליידער א תקופה נישט בקו הבריאות איז דעם אנהייב זומער אפגעפירט געווארן צו א שפיטאל אין שווייץ לצורכי רפואה, וואו ער איז היינט אריבער אן עמערדזשענסי אפעראציע דארט אין שפיטאל. אין לויף פונעם טאג האט דער רבי שליט"א זיך געמוטשעט מיט א שווערע אינפעקציע אלס אורזאך פון די אפעראציע און איז פריער נאכמיטאג אריין אין א סעפטיק שאק וואס האט צוגעברענגט אז דער בלוט-דרוק איז געפאלן גאר נידעריג.
דאקטוירים אין שפיטאל האבן דערקלערט דער מצב "קריטיש", און זאגן אז מען דארף גרויס רחמי שמים צו קענען זיך ארויסזעהן פון דעם מצב סכנה.
די קינדער פון רבי'ן שליט"א געפונען זיך אצינד אונטערוועגנס קיין שווייץ, בעת כלל ישראל טוען איינרייסן וועלטן לרפואתו השלימה פון מרן יצחק אריה בן חנה וואס רבים צריכים לו, זייענדיג ברייט באקאנט מיט די פילצאליגע צדקה וחסד אקטיוויטעטן וואס דער רבי שליט"א פירט שוין אן פאר לאנגע יארן ארויסצוהעלפן אידישע קינדער אין אלע מצבים, און איז כסדר מוזיל מכספו ומממונו אוצרות זהב למען הכלל והפרט.
מטעם די עדה החרדית איז יעצט נאכמיטאג ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה בחוצות ירושלים "אונטער קעפל לעורר רחמי שמים", מיט א רוף צום ציבור איינצורייסן פארן רבינס געזונט.
והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.







תגובות