top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס לצדיקים: וויכטיגע אסיפה אפגעהאלטן במעון הקודש פון האד' מבעלזא צו די בעפארשטייענדע בחירות אין ארה"ק

לפני יום אחד (1)
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

א שטארקער רושם האט אפגעקלינגען נעכטן אויפדערנאכט ביים כינוס לשם שמים במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לקראת די בעפארשטייענדע גורל'דיגע בחירות אין ארץ ישראל, וואו דער רבי שליט"א איז געזעסן בראש האסיפה אינעם בית התפילה בביתו נאווה קודש, ארומגענומען מיט צענדליגער עוסקים בצרכי ציבור, די שלוחי דרבן חברי הכנסת פון די יהדות התורה פארטיי, עסקנים, מנהלי המוסדות, און כלל טוהער, וואס האט אונטערגעשראכן די ערנסטקייט וואס ליגט אויפן וואגשאהל פאר די עקזיסטענץ פון חרדישע אידן, אפצושטעלן די שרעקליכע גזירות, און פארזיכערן דעם עתיד פון דעם עולם התורה.


אנהייב פונעם כינוס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שמואל יעקב לנדאו שליט"א, דומ"ץ בעלזא בית שמש, איבער דעם חובת השעה אין די יעצטיגע תקופה פון עקבתא דמשיחא, ארויסברענגענדיג אז כאטש אין די קול תורה אין די היכלי התורה איז אומאפשטעלבאר, איז אבער פארהאן א שרעקליכער זלזול אין לומדי תורה, און עס ליגט דער חוב צו טון די השתדלות למעשה, גענוי ווי די גדולי ישראל האבן זיך געפירט אין אלע דורות.


נאך אים האט מען געהערט דעם שיח זקנים דורך הרה"ח הישיש ר' מרדכי וועבער שליט"א, משמש בקודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, מיט ערשטהאנטיגע זכרונות, ארויסברענגענדיג וויאזוי דער רב זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען ממש אז מ'זאל גיין צו די בחירות און נישט דערלייגן קיין איין איינציגע שטימע. ער האט דערציילט ווי דער רב ז"ל האט געשיקט די גבאים און משמשים צו אפגעבן זייער שטימע אין תל אביב, זאגנדיג אז "אזא מצוה קען מען נישט אפזאגן!", ר' מרדכי האט מעורר געווען אז יעצט ווען עס שטייט אנטקעגן אונז די פינסטערע גזירות אויף די בני הישיבות, ליגט אויף יעדן איינעם די פליכט צו וויסן דעם כוח פון יעדער איינציגער שטימע און חלילה נישט מזלזל זיין אין דעם.


דערנאך האט שלוחא דרבנן חבר הכנסת ר' יעקב אשר שליט"א פארזיצער פון די יהדות התורה פארטיי אדרעסירט די אסיפה, וואו ער האט ארויסגעברענגט דעם קריטישן מצב אין וואס מען געפונט זיך, און נאכגעברענגט וואס ער האט געהערט פונעם ראש ישיבה הרב שטיינמאן זצ"ל, אז דאס וואס דער ציבור גייט ארויס אין די מאסן שטימען און אויסדריקן דעם קול המחאה, דאס אליין ברענגט סייעתא דשמיא. על אחת כמה וכמה אין אזא מצב, שטייענדיג נאך שווערע פיר יאר פון א גורל'דיגע מלחמה אויף קיום היהדות החרדית, וועט דאס זיין א געוואלדיגער חילול השם אויב די שונאי הדת וועלן זיגן. 


דיבורים נלהבים איז דאן איבערגעגעבן געווארן דורך הגאון רבי ישראל מאיר דרוק שליט"א ראש ישיבת תפארת ישראל, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם חוב פון מסירות נפש אין א מלחמה אויף אידישקייט, מען טאר נישט שווייגן און זיך פארלאזן אויף ניסים, נאר מען דארף אליין לוחם זיין מיט אלע כוחות. ער האט אויסגעשריגן אז דא ברענט א פייער, ווען יונגעלייט און בחורים זיצן אין תפיסה און אלפים ורבבות געפונען זיך אין א שווערן מצב ברוחניות ובגשמיות, און ער האט גערופן דעם גאנצן ציבור זיך אונטערצונעמען נישט נאר אליין צו שטימען, נאר משפיע זיין אויף אנדערע ארויסצוגיין וועלן.


נאך די אסיפה איז דער רבי שליט"א אריין אינעם חדר קבלת קהל, וואו אלע פארזאמלטע עסקנים ואישי ציבור זענען דורכגעגאנגען פערזענליך בקודש פנימה צו באקומען די ברכת הקודש פאר הצלחה מרובה און סייעתא דשמיא אינעם גורל'דיגן מערכה.



תגובות


bottom of page