top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי מונקאטש איבערראשט איבער געפלאנטע הכנסת ספר תורה דורך האד' ממונקאטש; געלאזט שרייבן נאך זיבן יאר צוריק

לפני 53 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי מונקאטש אומעטום איבער א חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן באופן הצנע לכת, דערמיט צו מקיים צו זיין די מצוה רבה פון כתיבת ספר תורה, כמנהג זקינו הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וועלכער האט אויף די עלטערע יארן געלאזט שרייבן אן אייגענע ספר תורה.


לויט ווי ס'ווערט באקאנט האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן  ארום זיבן יאר צוריק  זיך גרייטן בקיום מצות כתיבת ספר תורה, דערגרייכנדיג אכציג יאר לאורך ימים ושנים טובות. די רבי שליט"א האט דאן באשטעלט ביי א היימישן סופר מומחה פון ארץ ישראל, צו לאזן שרייבן א ספר תורה און האט פערזענליך עוסק געווען במצוה און איבערגעגעבן קלארע הוראות פארן סופר וויאזוי צו שרייבן דעם ספר תורה כמסורת אבותיו הק' געבויט אויף די חכמת הקבלה, און זינט דאן ווערט די ספר תורה געשריבן בתכלית ההידור והיופי, אלעס שטיל און באשיידן, אן א שום פרסום.


אצינד ווען די ספר תורה איז געקומען לידי גמר, האט דער רבי שליט"א געלאזט רופן זיינע קינדער און אפגעראכטן א באשיידענע מעמד סיום כתיבת האותיות, וואס איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א האט מכבד געווען אלע קינדער און אייניקלעך אריינצושרייבן אן אות אינעם ספר תורה און דאן אליינס געשריבן די לעצטע אותיות מיט אן אויסטערלישע רגש של שמחה.


נאכן פארענדיגן די אותיות האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיטן ספר תורה, לקול תרועת הזמר פון די משפחת המלוכה, זרע ברך ה'.


גלייכצייטיג איז ארויס די ידיעה אז בקרוב וועט אפגעראכטן ווערן די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען דער רבי וועט אריינפירן זיין אייגענע ספר תורה לבית מדרשו של רבי, אינעם ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק.

תגובות


bottom of page