ישמח האב: האד' מקרעטשניף י-ם מיטגעהאלטן מאסיווע יום טוב חלוקה דורך ממלכת החסד ”לחמי מרדכי”
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די פארגאנגענע ימים טובים סעזאן האט די ממלכת החסד "לחמי מרדכי" פארטיילט א ריזיגע חלוקה פון הונדערטער ווערדפולע פעקלעך אין די ווערד פון מיליאנען שקלים פאר הונדערטער משפחות אלמנות ויתומים אין שטאט בית שמש, דערמיט אריינצוברענגען א שמחת יום טוב אין די צובראכענע משפחות צו קענעם פראווען דעם יום טוב מתוך שמחה והרחבת הדעת.
די וועלט בארימטע אירגון ממלכת החסד "לחמי מרדכי" ווערט אנגעפירט דורך המשפיע הרה"צ רבי מאיר איתמר רוזנבוים שליט"א בעל דרך אמונה, וועלכע גייט שוין אן מיט זיין גאלדענע פעולות חובקות פאר אריבער צען יאר נאכאנאנד, און ספעציעל היי יאר ווען עס איז פארטיילט געווארן א פארגרעסערטע ריזיגע קוואנטום פון מאכלים לכבוד יום טוב, צווישן זיי טויזנעטער פונטען פרישע טשיקן מיט בשר בהמה, טויזנטער סלייסעס פרישע סעלמן פיש, אריבער 1000 פעקלעך נאש פאר די יתומים'לעך, און ווי אויך הערליכע מתנות צו דערפרייען זייערע הערצער, בנוסף איז צוגעגעבן געווארן א ספעציעלע מהודר'דיגע ד' מינים סעט פער משפחה, טייערע לעדערנע לולבים האלטערס, הערליכע נוי סוכה, און נאך, אלעס מיט די גרעסטע מאס ברייטקייט.
א באזונדערע התרגשות אינעם "לחמי מרדכי" הויפטקווארטיר מיטן ערשיינונג פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, ישמח האב ביוצאי חלציו, פאטער פונעם מייסד הארגון, וועלכע איז אין דעם געלעגנהייט אריבערגעקומען און באטראכט די מאסיווע הכנות ווי די פעקלעך ווערן אנגעגרייט מיט א ברייטקייט. זייענדיג מלא הרגש פון די אומבאגרייפליכע סצענע פון חסד, האט ער אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות פאר די צענדליגער געטרייע וואלונטירן אויפן ארט, וועלכע ארבעטן יומם ולילה פאר די וועכנטליכע חלוקות, און ספעציעל אין די ערב יום טוב סעזאן צו דערפרייען די הונדערטער משפחות אין בית שמש יתומים און אלמנות אריינצוברענגען אין זייערע שטיבער א שמחת יום טוב.
די גאלדענע מעשה צדקה וחסד, זעצט ווייטער פאר רונדע דעם יאר מיט די וועכענטליכע חלוקות וואס ווערן אפגעשיקט צו די צובראכענע משפחות אז זיי זאלן זיך נישט פילן אליינס און עלנד, נאר שפירן ווי איינער זארגט פאר זיי.






























תגובות