top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרבים שלום: היסטארישע טעלעפאן געשפרעך אפגעהאלטן צווישן די שוואגערס האדמור"ים מסאטמאר און וויזניץ

לפני 52 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט,איז אין די לעצטע מינוטן אפגעהאלטן געוווארן א טעלעפאנישן געשפרעך צווישן די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, לרפואה שלימה, נאך א לענגערע צייט אפשניט, דאס קומט אין א צייט וואס דער וויזניצער רבי מוטשעט זיך, ווי באקאנט, מיט די ביטערע מחלה די לעצטע צוויי יאר.


לויט די ערשטע דעטאלן האט דער טעלעפאנישער שמועס געדויערט עטליכע מינוט, און איז צוגעגאנגען אין א ווארעמער, ידידות'דיגער אטמאספער, וואו דער סאטמארער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער דעם מצב הבריאות ביים שוואגער די וויזניצער רבי און געוואונטשן א רפואה שלימה, ולעומתו האט דער וויזניצער רבי דורש געווען בשלומו הטוב פונעם שוואגער די סאטמארער רבי און געוואונטשן מזל טוב לכבוד די חתונה פון אן אייניקל די וואך.


דער שמועס וועלכער איז צושטאנד געקומען אדאנק די השתדלות פון הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א בנו הגדול פונעם וויזניצער רבי'ן, טראגט א היסטארישע באדייט אין דער חסידישער וועלט, און ווערט אויפגענומען מיט גרויס צופרידנהייט ביי די חסידים פון ביידע הויפן.

תגובות


bottom of page