top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך אתה בצאתך: מעמד צאתכם לשלום לכבודו פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין הר יונה

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפענעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אין הר יונה, וואו דער וויזניצער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע פאר וואכן אויף מנוחת הנפש אין שיכון מעזריטש.


דער תולדות אברהם יצחק רבי האט געדאוונט מנחה און מעריב אינאיינעם מיט'ן וויזניצער רבי'ן און די אנוועזנדע. צווישן מנחה און מעריב איז פארגעקומען א רירנדע מעמד צאתכם לשלום, לכבודו פונעם וויז'ניצער רבי'ן, איידער ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין לאנדאן.


במשך דעם מעמד האט דער וויזניצער רבי אנגעהויבן א רייע ניגונים פון די ימים טובים, וועלכע ווערן געזונגען בחצר הקודש וויזניץ לכבוד פרשת ראה – די שבת המועדים. שפעטער האט מען אויך געזונגען עטליכע ניגוני ימים הנוראים, ווען דער רבי שליט"א איז געווען שטארק מרוגש און פארגאסן הייסע טרערן.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א געבעטן דעם וויזניצער רבי'ן צו זאגן דברי ברכה. אין זיינע ווארעמע דיבורים האט דער רבי פותח געווען בכבוד האכסניא, און זיך טיפערהייט באדאנקט פאר כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אויף די הערליכע הכנסת אורחים וואס ער האט גענאסן במשך די לעצטע פאר וואכן אין שיכון מעזריטש. דער רבי האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים איבער די דערהויבענע שבתים און ליכטיגע טעג וואס ער האט זוכה געווען צו פארברענגען בצילו פונעם תולדות אברהם יצחק רבי'ן.


נאכן באזוך האט דער וויזניצער רבי ארויסבאגלייט דעם תולדות אברהם יצחק רבי'ן, און די צוויי רבי'ס האבן זיך געזעגנט מיט גרויס התרגשות, וואו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט זיך אויסגעדרוקט צום וויזניצער רבי'ן מיט די ווערטער "קשה עלי פרידתכם".



תגובות


bottom of page