top of page
שיינעם באזוך פון האד' מתולדות אברהם יצחק אין נייע בליענדע קהילה דחסידי תולדות אברהם יצחק אין רמה ד' בית שמש
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א מעמד נרגש איז פארגעקומען אין רמה ד' בית שמש, ווען כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע בליענדע קהילה הקדושה דחסידי תולדות אברהם יצחק, וועלכע שטייט אונטער די הנהגה פון בנו חביבו הגה"צ רבי יואל קאהן שליט"א. דער באזוך איז צושטאנד געקומען בעת דער רבי שליט"א איז געווען אויפ'ן וועג צוריק פונעם מקום הנופש אין קרית מעזריטש הר יונה, צום מעון קדשו אין ירושלים עיה"ק. די ערשטע וו


ערב ראש חודש אלול: געהויבענער מעמד תפילת רבים דורך האד' מתולדות אברהם יצחק אין אתרא קדישא מירון
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ארויסגעפארן ממעון קדשו אין הר יונה אויפ'ן וועג קיין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי האט אויסגענוצט דעם יום המסוגל פון ערב ראש חודש אלול מתפלל צו זיין ביים ציון הקדוש פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל. דער רבי איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, זקנים עם נערים, און האט צוערשט געדאוונט מנחה אויפ'ן גרו


שמחה כפולה: שיינער שידוך פון חתן כלה אור אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז געשלאסן געווארן די שיינע רבישע שידוך פון חתן כלה אור אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אייניקלעך פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל. די שידוך איז


גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק לברך ולתברך בברכת השנים
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען קיין הר יונה נוף הגליל, נישט ווייט פון מקום מגוריו אין קרית אתא, אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים. עס איז דערביי געשאפן געווארן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון די הייליגע טעג, און דער מאקאווער רב האט כדרכו איבערגעגעבן א קוויטל אין פדיון נפש להזכר לטובה. דערנאך האט אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איבערגעגעבן פאר'ן רב שליט"א עפל און האניג


ברוך אתה בצאתך: מעמד צאתכם לשלום לכבודו פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין הר יונה
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אין הר יונה, וואו דער וויזניצער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע פאר וואכן אויף מנוחת הנפש אין שיכון מעזריטש. דער תולדות אברהם יצחק רבי האט געדאוונט מנחה און מעריב אינאיינעם מיט'ן וויזניצער רבי'ן און די אנוועזנדע. צווישן מנחה און מעריב איז פארגעקומען א רירנדע מעמד צאתכם לשלום, ל


שמחת הבר מצוה בחצרות תולדות אברהם יצחק - מאקאווא פארגעקומען אין הר יונה
זונטאג פ' ראה • י"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ רבי אפרים אהרן לעמבערגער שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין שיכון מעזריטש הר יונה, אין שפיץ פונעם זיידן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק און דער פעטער כ''ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.


האד' מוויזניץ לאנדאן מיטגעהאלטן שבת בצל האד' מתולדות אברהם יצחק אין נייעם ישוב הר יונה
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN גאר געהויבן איז פאראיבער דעם פארגאנגענעם שבת אין הרי יונה, וואו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט געוויילט צוגאסט בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט וועם דער רבי האלט אן א שטארקע ידידות און התקשרות, וואס גייט שוין צוריק לאנגע יארן. במשך דעם גאנצן שבת איז געווען א מחזה הוד, ווען ביידע אדמו"רים האבן ארויסגעוויזן אן אויסערגעווענליכע הערצה איינער צום אנדערן. דער וויזניצער רבי שליט"א וכל הנו


הר יונה: תשעה באב בצל האדמור"ים מתולדות אברהם יצחק און וויזניץ לאנדאן
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אין פריע פארטאגס שעה'ן האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א געלאנדעט על אדמת ארצינו הקדושה, וואו דער רבי שליט"א וועט פארברענגען די קומענדיגע זומער וואכן אינעם שטעטל הר יונה למנוחת נפשו הטהורה. אינעם לופטפעלד איז דער רבי געווארן אפגעווארט דורך א קבוצה נכבדה חסידים און מקורבים. דער רבי איז תיכף צוגעפארן קיין הר יונה, וואו ער האט זיך געטובל'ט אין די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין שיכון מעזר


הערליכע שמחת התנאים בחצרות תולדות אברהם יצחק - קרעטשניף - לעלוב געפראוועט אין הר יונה
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א גרויסן צאל חסידים ואנשי מעשה האבן היינטיגן מאנטאג מיטגעהאלטן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון הרה"צ רבי יוחנן שטערן שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א טאכטער פון בן זקוניו הרה"צ רבי ישכר בעריש קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק הר יונה איידעם פון כ"


בעצי היער: הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א שפאצירט מיט האד' מתולדות אברהם יצחק צווישן די פעלדער אין הר יונה
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג איז המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א אנגעקומען צום ישוב הר יונה אין נוף הגליל, וואו דער משפיע שליט"א האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און דערביי ארויס אינאיינעם אויף א שפאציר אונטער די פרישע לופט אין איינע פון די וועלדער אין דער אומגעגנט פון שיכון מעזריטש און הר יונה, וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה. עס איז דערביי פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס, צוערשט איבער'ן הייל


יחליפו כח: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט וויילן אויף אפרו אין 'הר יונה' בארה"ק בצל ידידו וריעו האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט דעם זומער אפרייזן קיין ארה"ק און וויילן אויף עטליכע וואכן אויף אפרו אינעם אויפבליענדן ישוב פון חסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט "הר יונה". אין די יעצטיגע טעג טוט זיך דער רבי שליט"א ב"ה צוריקכאפן צו די כוחות, נאכ'ן דורכגיין א צאל מעדיצינישע באהאנדלונגען און אמעריקא און אין לאנדאן, און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים דארף דער רבי אוועקפארן אויף


האד' מתולדות אברהם יצחק אנגעקומען קיין שיכון מעזריטש - הר יונה אויף אפרוה
זונטאג פ' מטות מסעי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און פרייד האבן חסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע זומער וואכן, בקרב חסידיו. דער אנקום פונעם רבי'ן האט ארויסגערופן באזונדערע התרגשות, נאכדעם וואס עס איז שוין פארלאפן כמעט א גאנץ יאר זינט דער רבי איז דאס לעצטע מאל געווען אין הר יונה. במשך די לעצטע חדשים האט דער רבי, צוליב זי


שמחת הווארט לרגל שידוך שליסן פון אייניקל ביי האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' ישראל קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ ר' דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיט די חתן א זון פון זיין שוואגער הרב מנחם מענדיל פרענקל שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אהרן פרענקל שליט"א, אייניקל פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, און איידעם ביי הגה"צ ר' דו


מאסן תושבי בני ברק מיטגעהאלטן שיינע רבישע חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין עיר התורה והחסידות בני ברק איז פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן די הערליכע רבישע חתונה, פונעם חתן א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יוסף הירשמאן שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמ


שמחת החתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אפגעראכטן מיט גרויס התרוממות הנפש
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך מיט התרוממות הנפש וחדוות הלבבות האבן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטגעלעבט די חתונה הגדולה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין בנו חביבו הגה"צ רבי ישראל קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק איידעם ביי הגה"צ רבי דוד שווימער שליט"א דומ"ץ וויזניץ בית שמש, מיטן חתן א זון פון הרה"צ רבי פנחס יוסף מאריליס שליט"א, איידעם ביי הגה"צ רבי וועלוויל ארנסטר שליט"א


פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי שמחת הברית בחצה"ק תולדות אברהם יצחק
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן היינט צופרי איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביים רבי'ן, אייניקל ביי בנו הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן הנולד ביי זיין זון הרב שלום קאהן וואס איז פון די נאמני הבית ביים רבי'ן אין שטוב. דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מכבד געווען דער


מה טוב ומה נעים: שיינעם באגעגעניש צווישן האדמו"רים מוויזניץ און תולדות אברהם יצחק אין אפרו-ארט מושב אורה
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג בעת כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א האט זיך געפונען אין מושב אורה אויף א שפאציר בנאות דשא, איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען אויף א באזוך אין די אכסניא פון מחותנו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה. ווען דער רבי איז אנגעקומען האט דער וויזניצער רבי געווען אויפן וועג ארויס צום שפיטאל אויף א רוטינע באהאנדלונג. די אדמור"ים האבן קורצליך געשמועסט אויפן גאס, אונטער די פרישע לופט וואו זיי האבן זיך נאכגעפרעגט אי


רפואה שלמה תרפאנו: אלפי חסידים און תושבי ביתר מיטגעהאלטן מעמד ההדלקה דורך האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם מאנטאג ליל ל"ג בעומר האט דער עיר התורה והחסידות ביתר פושט צורה געווען, ביים מעמד ההדלקה רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין צענטער פון שטאט, אויף די גיגאנטישער שטח נעבן די ישיבה הקדושה תולדות אברהם יצחק, וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין א מעין "מירון", און איז איינגערישט געווארן מיט הויך-שטאקיגע פארענטשעס ארום און ארום צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור תושבי


האלט מיט לעבעדיג: מעמד ההדלקה דורך האד' מתולדות אברהם יצחק אין שטאט ביתר
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מתולדות אברהם יצחק אפגעשוואכט פון אנטצינדונג; מעמד ההדלקה אין ביתר מוטל בספק
זונטאג פ' בהר בחוקתי • ט"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי תולדות אברהם יצחק זענען היינט פארבעטן געווארן ווייטער צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע איז שטארק אפגעשוואכט זינט שבת און נויטיגט זיך אין תפילות ישראל. דער רבי שליט"א ליידט אנגעבליך פון א אנטצינדונג, און ווערט מאמענטאל באהאנדלט בביתו נאווה קודש מיט די נויטיגע מעדיקאציע. אין ליכט פון דעם זענען די פלענער פאר די מארגנדיגע מעמד ההדלקה רבתי וואס דער רבי שליט"א האט געלאז


bottom of page
