top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם באזוך פון האד' מתולדות אברהם יצחק אין נייע בליענדע קהילה דחסידי תולדות אברהם יצחק אין רמה ד' בית שמש

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

א מעמד נרגש איז פארגעקומען אין רמה ד' בית שמש, ווען כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע בליענדע קהילה הקדושה דחסידי תולדות אברהם יצחק, וועלכע שטייט אונטער די הנהגה פון בנו חביבו הגה"צ רבי יואל קאהן שליט"א.


דער באזוך איז צושטאנד געקומען בעת דער רבי שליט"א איז געווען אויפ'ן וועג צוריק פונעם מקום הנופש אין קרית מעזריטש הר יונה, צום מעון קדשו אין ירושלים עיה"ק.


די ערשטע וואס האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א זענען געווען ילדי החמד פון די קהילה, וועלכע האבן מקבל געווען פני הקודש בשירה ובזמרה. דערנאך האט דער רבי שליט"א געדאוונט מנחה ברוב עם. צוליב דעם וואס דער רבי שליט"א איז מקפיד נישט צו דאווענען אונטערן פרייען הימל, האט ער געדאווענט אינעם פארקינג פון א בשכינות'דיגע בנין.


נאך מנחה האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א "לחיים טיש" ברחובה של עיר, אויפ'ן שטח וואס איז דעזיגנירט פאר'ן נייעם ביהמ"ד פון די קהילה.


ביים מעמד לחיים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש, און ארויסגעברענגט זיין התפעלות געווען פון די מסירות נפש פון די אברכי הקהילה, וועלכע האבן זיך אונטערגענומען ריזיגע סכומים פון הונדערטער טויזנטער שקלים לטובת די בוי פראיעקט פונעם נייעם ביהמ"ד.


דער רבי האט אויך מאריך געווען מיט גאר געהויבענע דברי שבח אוף בנו חביבו הרה"צ רבי יואל שליט"א, דער מרא דאתרא פון די קהילה, און מאציל געווען ברכות קודש לרוב ער זאל קענען דערהייבן אידישע קינדער און ווייטער מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט.



תגובות


bottom of page