top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בעצי היער: הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א שפאצירט מיט האד' מתולדות אברהם יצחק צווישן די פעלדער אין הר יונה

  • לפני 11 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג איז המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א אנגעקומען צום ישוב הר יונה אין נוף הגליל, וואו דער משפיע שליט"א האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און דערביי ארויס אינאיינעם אויף א שפאציר אונטער די פרישע לופט אין איינע פון די וועלדער אין דער אומגעגנט פון שיכון מעזריטש און הר יונה, וואו דער רבי שליט"א וויילט די טעג אויף אפרוה.


עס איז דערביי פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס, צוערשט איבער'ן הייליגן רמ"ק וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן היינט, און מענין לענין האט מען דאן ארומגעשמועסט איבער התקשרות לצדיקים היינט און אמאל. בין השיחין האט דער רבי שליט"א דערציילט א שלל פון עובדות און זכרונות פון רבו מובהק הרה"ק רבי יודעלע מדזיקוב זי"ע, און נאך פארשידענע זכרונות מימי קדם.


נאכ'ן שפאציר האט האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ממנה געווען הרה"צ רבי יצחק משה שליט"א פאר א שליח אים אינזינען צו האבן ביים ציון פונעם הייליגן רמ"ק, און באדאנקט דעם חשוב'ן משפיע פאר'ן ארויסקומען, זייענדיג א תענוג רוחני, און מען האט זיך געזעגענט בברכות לרוב.


פון דארט איז רבי יצחק משה טאקע ארויסגעפארן קיין צפת, וואו ער האט פוקד געווען דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן רמ"ק, אינאיינעם מיט פילע תלמידים און מעריצים, און דערנאך מעריך געווען די סעודת הילולא רבתי סמוך ונראה צום ציון, ביי וועלכן דער משפיע האט פארברענגט בדברי תורה און ענינים נשגבים במשנתו פונעם בעל הילולא, אין וועם ער איז כידוע אדוק מיט א התקשרות עזה.



bottom of page