top of page
האד' מתולדות אהרן פוקד געווען ציון הק' קערעסטיר לרגל ערב ראש חודש
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף אפרוה אינעם שטעטל מאד אין אונגארן, איז נעכטן – נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אין איהעל בעצם יומא דהילולא – צוגעפארן צום דערנעבנדיגן שטאט קערעסטיר, פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת פונעם צדיק און פועל ישועות הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש מנחם אב. אנקומענדיג קיין קערעסטיר האבן די עסקנים פון רבי ישעי'לעס הויז און


ההרים והגבעות: האד' ממבקשי אמונה אויף אפרוה אין דאוואס שווייץ
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי. פ. אין די יעצטיגע זומער וואכן וויילט כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א אין די בארימטע קור-ארט דאוואס, שווייץ, וואו דער רבי שעפט זיך אן מיט פרישע כוחות לקראת די ימי הרחמים והסליחות און די הייליגע טעג הבאים לקראתנו לשלום. ווי באקאנט, גייט דער רבי שליט"א ארום במשך גאנץ חודש אלול צווישן די שטעט אין ארץ ישראל, מדן ועד באר שבע, מקרב צו זיין אידישע נשמות לאביהם שבשמים, אין די ראמען פון זיינע פעולות הקודש פון קירוב


כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף אפרוה אין ניו העמפשיר | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג קיין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן אין לויף פון די קומענדיגע פיר וואכן למנוחת הנפש. צופרי האט דער רבי - ווי יעדן טאג - געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים אין די סוגיא פון 'נסכא דרבי אבא' און


וירא מנוחה: האד' מבית חיים יהושע און בנו גאב"ד סאטמאר מאנסי אויף אפרוה אין די קאנטרי
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


bottom of page
