top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט אין אכסניא פון האד' מקאלוב אין שטאט לעיקוואד

  • 20 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג איידער כ''ק האדמו''ר מקאלוב שליט''א לרפואה שלימה האט פארלאזט לעיקוואד, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן אין די אכסניא בבית חתנו הגה"צ אבד"ק שמן למנחה נאדפאלי שליט"א, כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בעניני רפואה, און דערביי האט דער סקולענער רבי ארויסגעהויבן די פעולות לטובה פונעם קאלובער רבי'ן שליט"א איבער דער גאנצער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים וואס איז נאך מוסיף והולך עד היום הזה, און ארומגערעט איבער דער געוואלדיגער השפעה פונעם קאלובער רבי'ן בארבע כנפות הארץ.


דער סקולענער רבי האט דאן אנגעהויבן א ניגון שמחה, און נאכן טרונקן לחיים האט דער רבי אנגעוואונטשן ווארימע ברכות פאר'ן קאלובער רבי'ן לרפואה שלימה, שתחדש כנשר נעוריו און קענען אנגיין לאנגע געזונטע יארן מיט די עבודת הקודש.


bottom of page