top of page
האד' מסקולען לעיקוואד קומט אן צוגאסט קיין ארה"ק לרגל השמחות במעונו; געהויבענעם שבת פ' ראה אין עיה"ק ירושלים
זונטאג פ' ראה • י"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט שמחה עילאה איז אויפגענומען געווארן די בשורה משמחת לב צווישן סקולענער חסידים אין ארץ הקודש איבער דעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער וועט אנקומען קיין ארץ הקודש לרגל די שמחה כפולה השרוי' במעון קדשו, די געבורט פון צווילינג אייניקלעך, הבן עם הבת, ביי בנו חביבו הרה"צ רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א פון ירושלים איידעם פון הרה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא. לויטן פלאן וועט דער רבי שליט"א ארויספא


ההרים והגבעות יפצחו: טויזנטער ביי סקולענער סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו אין גיגאנטישע המספיק רעזארט
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי ווייס,JDN ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה האט זיך וויקרליך אפגעשפילט דעם מוצאי שבת נחמו ביים מעמד סעודת הודאה רבתי בראשות האחים כ"ק האדמורי"ם מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג און לעיקוואד וועלכע האבן מעריך געווען דעם מעמד הודאה פאר קהל עדתם און מאסן חסידים ואנשי מעשה וואס האבן מיטגעלעבט די געהויבענע שעה'ן להודות ולהלל בתופים ומחולות, אין די גיגאנטישע עטרת ווערטהיימער זאל אין די המספיק רעזארט אין די קעטסקילס. צו


האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט אין אכסניא פון האד' מקאלוב אין שטאט לעיקוואד
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג איידער כ''ק האדמו''ר מקאלוב שליט''א לרפואה שלימה האט פארלאזט לעיקוואד, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן אין די אכסניא בבית חתנו הגה"צ אבד"ק שמן למנחה נאדפאלי שליט"א, כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בעניני רפואה, און דערביי האט דער סקולענער רבי ארויסגעהויבן די פעולות לטובה פונעם קאלובער רבי'ן שליט"א איבער דער גאנצער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים


טויזנטער וועלן פייערן מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו אין די קאנטרי בצל האדמור"ים מסקולען פון וומסב"ג און לעיקוואד
מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות של שמחה רישן זיך פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי מיטצולעבן דעם כינוס הודאה רבתי לרגל יום הצלה והשחרור פון אדמור"י בית סקולען זי"ע, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גאר געהויבענעם און גרויסארטיגן פארנעם דורך ממשיכי דרכם בקודש כ"ק האחים האדמור"ים מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג און לעיקוואד אין די גיגאנטישע "עטרת ווערטהיימער" זאלן אין די קעטסקילס ראיאן. עס ליגט נאך גוט


bottom of page
