מאסן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן געהויבענער סקולענער שבת בחוצות ירושלים
- לפני 11 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
פילע תושבי ירושלים עיה"ק און חסידי ומעריצי בית סקולען בפרט, האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצילא דמהימנותא עילאה פון די צוויי געהויבענע ברידער האדמורי"ם שליט"א מסקולען פון לעיקוואד און ירושלים, ביי דעם שבת של שמחה בקרתא דשופריא בשבת אחים יחד.
דער שבת האט פארמאגט א ספעציעלע באדייט, זייענדיג דער שבת לפני ההילולא קדישא פונעם זיידן הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע, און לרגל דעם געהויבענעם שבתא דריגלא זענען געמאכט געווארן העפטיגע צוגרייטונגען אינעם סקולענער הויף אויף רחוב חנה, וואו דער מקום הסוכה אין חצר פון ביהמ"ד איז פארוואנדלט געווארן אין א "היכל השולחנות" מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן די מאסן חסידים, מעריצים און אנשי ירושלים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די תפלות, טישן און אלע סדרי השבת בצל הקודש.
צו תפילת קבלת שבת איז צוגעגאנען דער געהויבענער גאסט כ"ק אדמו"ר מסקולען לייקוואד שליט"א, וועלכער האט פארגעדאווענט פארן עמוד בנוסח המעורר המקובל בבית סקולען. נאכן דאווענען זענען די חסידים דורך וואנטשן גוט שבת פאר די ברידער האדמורי"ם שליט"א.
בשעה 11:30 זענען די רבי'ס אריינגעקומען צום טיש אינעם היכל השולחנות, וואס איז געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו מיט הונדערטער אידן וואס זענען געקומען זיך דערווארעמען בצילם. דורכאויס דעם גאנצן טיש האט דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א מכבד געווען אחיו הגדול מיט אלע כיבודים, די זמירות, לחיים און אלע כיבודים ביותרת הכבוד.
כ"ק אדמו"ר מסקולען לייקוואד שליט"א האט משמיע געווען מדברות קדשו, ארומרעדנדיג איבער גודל קדושת ירושלים און די גרויסע זכי' צו פראווען שבת בתוככי ירושלים, ביים טיש איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר לרגל הולדת הנכד ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, בן הנולד אצל בנו הרב פנחס יהושע שליט"א.
ביים טיש האבן זיך אנגעזען פילע רבנים חשובים צווישן זיי האדמו"ר מאוסטראוו קאלאשין שליט"א פון ירושלים, הרה"צ רבי ישראל קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק בארא פארק, הגאון רבי שלום אייזנבערגער דומ"ץ קרית צאנז ירושלים און נאך.
שבת אינדערפרי נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא לרגל די שמחות, די געבורט פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען לייקוואד שליט"א בת הנולדה לבנו הרב אליעזר זוסיא שליט"א, און שמחת לידת הבת אצל הרה"צ ר' מנחם זאב שטערן שליט"א זון פון הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט"א. נאכן קידוש האבן די אדמורי"ם אפגעראכטן דעם מיטאג טיש בצוותא חדא מיט די געסט און די חבורות הבחורים לכבוד די שמחות און לכבוד דעם שבת יארצייט פונעם נועם אליעזר זי"ע.
בעת רעווא דרעווין האט כ"ק אדמו"ר מסקולען לייקוואד שליט"א געזאגט תורה און משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות פארן גרויסן ציבור, בתוך דבריו האט דער רבי ארומגערעט איבער די זכיה וואס קהלא קדישא הדין פארמאגט זיך צו קלאמערן במחיצתו פונעם ברודער דער רבי שליט"א.
מוצאי שבת נאך מעריב האט כ"ק אדמו"ר מסקולען לייקוואד שליט"א געמאכט הבדלה ברוב עם אין היכל השולחנות, און דערנאך האבן ביידע אדמורי"ם ממשיך געווען אינאיינעם די סדר הזמירות און דאס רייכערן דעם ציגרעטל כנהוג.
נאך א קורצע הפסקה זענען די רבי'ס שליט"א אריינגעקומען צום סעודת מלווה מלכה דורכאויס די סעודה האבן די רבי'ס ארומגערעדט זכרונות סיפורי קודש און הערליכע זכרונות פונעם בעל ההילולא זי"ע.
























תגובות