top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען לעיקוואד קומט אן צוגאסט קיין ארה"ק לרגל השמחות במעונו; געהויבענעם שבת פ' ראה אין עיה"ק ירושלים

  • לפני 53 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ראה • י"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט שמחה עילאה איז אויפגענומען געווארן די בשורה משמחת לב צווישן סקולענער חסידים אין ארץ הקודש איבער דעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער וועט אנקומען קיין ארץ הקודש לרגל די שמחה כפולה השרוי' במעון קדשו, די געבורט פון צווילינג אייניקלעך, הבן עם הבת, ביי בנו חביבו הרה"צ רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א פון ירושלים איידעם פון הרה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא.


לויטן פלאן וועט דער רבי שליט"א ארויספארן היינטיגן מאנטאג ראה, און וועט דורכאויס די וואך זיך אויפהאלטן בקרתא דשופריא, דינסטאג נאכט וועט פארקומען די שמחת הוואך נאכט און צומארגנס מיטוואך וועט געפראוועט ווערן די שמחת הברית מילה אין עיר הקודש ירושלים, בהשתתפות פילע חסידים, מעריצים, ובחורי החבורות תושבי ארץ ישראל וועלכע וועלן קומען זיך מיטפרייען אינעם רבי'נס שמחה. דורכאויס די ימי הביקור וועט אויך זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים תושבי ארץ הקודש אריינצוגיין אל הקודש פנימה בפתקי דרחמי לקראת די הייליגע טעג הממשמשין ובאין.


אויף דעם קומענדיגן שבת קודש ראה מברכים חודש אלול וועט דער רבי שליט"א פארבלייבן אין ירושלים עיר הקודש, וואו ער וועט אפרעכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אינאיינעם מיט אחיו הצעיר כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, בשבת אחים גם יחד, ווען בצפרא דשבתא וועט געפראוועט ווערן די שמחת הקידושא רבא לכבוד הולדת הבת למזל טוב.


דער רבי שליט"א וועט וויילן אין ארץ הקודש ביז ענדע וואך פרשת שופטים. דינסטאג נאכט וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין אתרא קדישא מירון, מתפלל צו זיין ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול ביים ציון הקדוש פונעם תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, לקראת די ימי הרחמים והרצון, זייענדיג אין מירון וועט דער רבי שליט"א אויך אפשטאטן א ספעציעלן באזוך אינעם ארטיגן מוסד "חסד לאברהם", מיסודם פון אבותיו הקדושים צדיקי בית סקולען זי"ע.

bottom of page