top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיר העתיקה: האד' מממאחובקא בעלזא וועט פראווען א שבת מיט נגידים אין אלטשטאט ירושלים

לפני 3 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פרשת חיי שרה • כ''ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די טעג גרייטן זיך א צאל נדיבי עם קודש, חסידי מאחנובקא בעלזא, מיטצולעבן א פראכטפולן שבת "ועידת הנשיאות העולמית" דחסידי מאחנובקא בעלזא, אין עיר העתיקה אלטשטאט ירושלים, סמוך ונראה צום שריד בית מקדשינו, דער כותל המערבי, במחיצת הקודש פונעם רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א. 


די חיבה יתירה פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן צום מקום המקדש איז ידוע לכל, און ביי יעדע געלעגנהייט וואס דער רבי געפינט זיך אין ירושלים, וועט ער זיך אריבערכאפן צום כותל המערבי און שופך שיח זיין אויף דעם הייליגן ארט אשר משם לא זזה שכינה מעולם.


מיט א יאר צוריק האבן צענדליגער נדיבים זוכה געווען מיטצולעבן אן ענליכע און געהויבענע שבת פאר די תומכים פון די מוסדות אין בית שמש, און אצינד וועט זיין נאך א געלעגנהייט מיטצולעבן אזא שבת סמוך ונראה צום מקום המקדש, אין דעם פראכטפולן וואלדארף אסטאריע האטעל, וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן צו דעם גייסטרייכן שבת די וואך פרשת חיי שרה, מברכים חודש כסלו.


ס'זענען ספעציעל געלאדנט געווארן די נדיבי לב, נגידים ותומכים פון ארץ ישראל און פון אויסלאנד, וואס שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים לטובת דעם רבי'נס פריוואטע קאסע און שטייען לימין הקודש בכל עת ועידן, אראפצונעמען פונעם רבי'ן דעם שווערן לאסט בהנהגת העדה. אלס הכרת הטוב וועט דער רבי ארויספארן און ספעציעל פראווען א שבת בחומות ירושלים אינאיינעם מיט די נדיבים וואס שטייען לימין קדשו.


די רייכע פראגראם וועט זיך שוין אנהייבן שוין ערב שבת מיט א רייע מעמדים אין דעם הייליגן ארט, און דער הויכפונקט וועט זיין ביום השבת ביי די תפילות ביים שריד בית מקדשינו, דער כותל המערבי, און די סעודות און טישן וואס דער רבי וועט פראווען מיט די נגידים אינעם האטעל בצוותא חדא, וואו מ'וועט געניסן פון א קרבה יתירה על שלחן המלך.


אלס אורח הכבוד וועט ספעציעל קומען צו פארן דער נואם בחסד עליון, הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א, וואס וועט מהנה זיין מיט זיינע פערל רייד במשך דעם שבת. מוצאי שבת וועט אפגעראכטן ווערן די צענטראלע ועידה אינעם האטעל, וואו גאר א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט, און צווישן אנדערע וועט אויפטרעטן אלס נואם הכבוד דער מלהיב לבבות ישראל המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.

תגובות


bottom of page