top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינער שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מסקולען לעיקוואד אין עיה"ק ירושלים

  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

אין סקולענער בית המדרש אין ירושלים איז די וואך פארגעקומען די שמחת הברית לנכד כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא.


ווי באריכטעט איז די זיידע כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד די שמחה. מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי מיטגעדאוונט אינעם קביעות'דיגן מנין פון דעם ברודער דער סקולענער רבי שליט"א פון ירושלים. נאכן דאווענען זענען די מתפללי בית המדרש דורך שלום נעמען פונעם רבין, און נאך א קורצע הפסקה איז פארגעקומען די שמחת הברית.


ביי די ברית האט מען זיך באנוצט מיט'ן כסא של אליהו מיט וואס מ'פלעגט זיך באנוצן ביי די ברית'ן ביי הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן דער רבי פון ירושלים, און דער זיידע הרה"צ ר' נחמן יוסף טווערסקי שליט"א איז מכובד געווארן מיט די ברכות און קריאת השם. נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בשילוב מיט א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם חשובן גאסט, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד השמחה, און מען איז דורך וואונטשן לחיים ומזל טוב.


קורצליך דערויף איז פארגעקומען די סעודת ברית דארט אין ביהמ"ד, וואו מען האט מאריך געווען מיט ניגוני הודאה, און דער רבי האט ווידער משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער בעל שמחה, הרה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א, און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערליכן ריקוד מיט'ן ניגון "ליהודים היתה אורה", און "ונשגב ה' לבדו".



תגובות


bottom of page