וּמִשֶּׁפַע מִצְוַת תְּפִלִּין • פרייליכע שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי האדמור"ים מסקולען לעיקוואד און וויזניץ מאנטריאל
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
ברגשי גיל וחדוה האבן הונדערטער חסידי סקולען און תושבי לעיקוואוד מיטגעהאלטן די גרויסע רבי'שע שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט''א, און אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם דאנערשטאג ברוב פאר והדר אין ביהמ"ד הגדול סקולען אין לעיקוואוד.
צו דער באשטימטער צייט האט מען צוערשט מקבל פנים געווען דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט"א ביים ערשיינען אין בית המדרש לפאר על ראש שמחתו ביי די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אייניקל בן אחר בן בליעה"ר, און א קורצע צייט דערויף איז ערשינען דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א.
א סעודה רחבה איז אויפגעגעבן געווארן לכבוד די שמחה. דער בר מצוה בחור האט געמאכט א סיום מסכתא און דערנאך געזאגט דעם פשעט'ל כנהוג. נאכן פשעט'ל האט דער עלטער זיידע, הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א, ר"מ במתיבתא דבאבוב, אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי תורה.
דערנאך האט דער זיידע, דער וויזניצער רבי, משמיע געווען דברי ברכה, ארויסהייבנדיג די געוואלדיגע פעולות חובקות וואס דער מחותן, דער סקולענער רבי, טוט אויף אין דער שטאט לעיקוואוד, וואו ער באלייכט די שטאט מיט זיין צדקות, און די הייליגע סקולענע שבתים, וואו אידן קומען זיך דערווארעמען יעדן שבת ויום טוב און שעפן דערביי אזויפיל חיות דקדושה.
דערנאך האט דער סקולענער רבי מכבד געווען דעם וויזניצער רבי צו זינגען א ניגון, און דער וויזניצער רבי האט אנגעהויבן דעם ניגון "אודה ה'", וואס דער ציבור האט נאכגעזונגען חזן וקהל. דאן האט דער סקולענער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש. און דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר די הונדערטער משתתפים דורכצוגיין ביי די זיידעס האדמו"רים ווינטשן לחיים און מזל טוב.
בשעת'ן דורכגיין איז ערשינען הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואוד, וועלכער איז אויפגענומען געווארן בכבוד הראוי. דער ראש הישיבה איז געטאנצן מיט'ן בר מצוה בחור, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א באזונדערע ריקוד מיט'ן זיידן, דער סקולענער רבי.
באזונדער האבן זיך אנגעזען פילע אדמו"רים ורבנים, וועלכע זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פאר די זיידעס. ובראשם האבן זיך אנגעזען די געהויבענע עלטער-פעטערס האדמו"רים מסקולען וויליאמסבורג און סטרעליסק, אזוי אויך האדמו"רים מראחמיסטריווקא-לעיקוואוד, ראחמיסטריווקא אוקענוויין, פיטסבורג, תולדות מרדכי וויזניץ, קאסוב לעיקוואוד, שעדליץ, דומ"ץ סקווירא, דייני בעלזא, דומ"ץ קלויזענבורג, אבד"ק שמן למנחה נאדפאלא, אבד"ק סטרעטין, אבד"ק סערדאהעלי, אבד"ק מיהאלאוויץ, אבד"ק מכתב סופר, אבד"ק וויספערינג פיינס, אבד"ק תפלה לדוד סטרעטין, אבד"ק סאנטוב, אבד"ק פאקשעוויץ, אבד"ק נר ישראל, אבד"ק נדבורנא, אבד"ק זכרון יואל, ראש ישיבת תורה תמימה, הרה"צ רבי אליהו אליקים געציל פרידמאן שליט"א מסאדיגורא, און נאך פילע אנשים חשובים און די משפחת המלוכה אייניקלעך פון אדמור"י בית סקולען.
די שמחה האט זיך ווייטער אריינגעצויגן אין שבת, ווען דער חתן הבר מצוה האט עולה געווען לתורה, און עס איז געפראוועט געווארן א שיינע קידושא רבה לכבוד די שמחה אין סקולענער בית המדרש, וואו עס האבן זיך ווידער אנגעזען א שיינעם ציבור, ובראשם רבנים ואנשים חשובים פון שטאט וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פאר'ן ראש בית אב, דער זיידע, כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט"א.




















תגובות