הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בן האד' מסאטמאר וויילט שבת במחיצת הקודש פון האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

צווישן די געסט, וואס האבן געוויילט אויף דעם שבת פרשת לך לך בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען, איז געווען הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א, אבד"ק סיגוט, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט מיטגעהאלטן אלע תפילות און שולחנות הטהורים אינעם פשעווארסקער הויף.
במשך די טישן דורכאויס שבת איז ער געזעצט געווארן הארט נעבן דעם רבי'ן, און אויך ביים דאווענען איז ער געשטאנען ביים מזרח צווישן די רבנים חשובים ופני העדה. פרייטאג צונאכטס האט ער געדאווענט קבלת שבת און מעריב פארן עמוד אין גרויסן פשעווארסקער ביהמ"ד. שפעטער נאכן סעודת שבת בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש הי"ו ראש הקהל דק"ק סאטמאר אנטווערפען און קביעות'דיגע בעל האכסניא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, זענען זיך די חסידים תושבי העיר צונויפגעקומען אויף אן התאספות ליל שבת ביי וועלכן מען האט פארברענגט בזמירות שירות ותשבחות און דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה וסיפורי צדיקים.
אויף צומארגנס שבת אינדערפרי ביים ליינען אין פשעווארסקער ביהמ"ד איז ער מכובד געווארן מיט אן עליה לתורה. נאכן דאווענען האט דער רב שליט"א מיטגעגעסן ביים מיטאג טיש בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן, וואו ער איז מכובד געווארן מיטן בענטשן. צווישן די אנדערע אורחים ביים טיש איז געווען הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו און זיין פאטער הרה"ג ר' יוסף דוב לאנדא שליט"א רב ביהמ"ד זלאטשוב אין קרית יואל.
מוצאי שבת איז ער אריין אויף א באזוך אל הקודש פנימה מיט א קוויטל און פדיון נפש, וואו דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט בין השיחים זיך נאכגעפרעגט איבער די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר וועלכע שטעלט צו א מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי הישיבה גדולה, און דער רבי שליט"א האט על פי בקשתו פונעם סיגוטער רב, געשיקט מזונות פאר די בחורים תלמידי הישיבה באגלייט מיט ברכת קדשו.
דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט איבערגעבן א פערזענליכע דרישת שלום פאר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און זיך באדאנקט פאר די נייע ספר קול יהודה וואס דער סאטמארער רבי האט געשיקט צום רבי'ן, און דערביי זיך אויסגעדרוקט מיט גאר שיינע הפלגות בשבח פונעם ספר.
זייענדיג אין אנטווערפען האט דער סיגוטער רב שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן ביים נייעם ביהמ"ד הגדול ויואל משה ד'סאטמאר אין שטאט, וואו ער האט זיך אומגעקוקט אויף די לעצטע שטאפלען ביי די העפטיגע בוי ארבעט, אינאיינעם מיטן בונה ומקים פונעם ביהמ"ד הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו.









תגובות