קול ברמה נשמע: רבבות האבן פוקד געווען קבר רחל אמנו ע"ה אין די טעג ארום די הילולא
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

רבבות אלפי ישראל האבן באלאגערט דעם ציון פון רחל אמנו אין בית לחם, דעם מקום תפלה וואס איז אין דער תורה הקדושה באשטימט געווארן אלס א מקום המסוגל לישועת אין די פינסטערע גלות. דערמיט איז ווייטער אנגעהאלטן געווארן די מסורה וואס גייט צוריק טויזנטער יארן, וואס אידן גיסן דארט אויס זייער הארץ און זעען גרויסע ישועות, בכלל ובפרט.
לויט די אפשאצונגען פון די פארוואלטונג ביים קבר רחל, האבן זיך הונדערטער טויזנטער אידן בליעה"ר דורכגעדרייט ביים ציון, אנגעהויבן פון מיטוואך פארנאכטס, ליל י"א חשון און ביז פרייטאג פארטאגס, ווען אלע שאסייען וואס פירן צום קבר רחל זענען געווען פארשלאסן פאר פארקער, און די מאסן האבן געמאכט דעם וועג מיט פאבליק טראנספארטאציע, וואס איז געווען צוגעשטעלט פון די טעדי פארקינג לאט דירעקט צום מתחם קבר רחל.
א גאר באגריסנדע חידוש איז אונטערגענומען געווארן היי יאר דורך מוסדות קבר רחל צוצושטעלן א באזונדערן מהדרין-וועג פאר'ן ציבור יראי ה', וואס האט געשאפן א קידוש השם און א שינוי לטובה צו האלטן די גדרי הצניעות אויף דעם מקום קדוש.
באזונדער האט דער טעלעפאנישע מוקד הישועות פון מוסדות קבר רחל, באוויזן אויפצונעמען הזכרות פון הונדערטער טויזנטער אידן וואס האבן זיך פארבינדן פון איבער דער גאנצער וועלט, צו ווערן דערמאנט ביים ציון פון מאמע רחל ע"ה.
ביי די נאכאנאנדע מעמדי תפלה וואס זענען אפגעהאלטן געווארן דורכאויס דעם גאנצן טאג, האבן די תלמידי חכמים, לומדי הכוללים ביים קבר רחל, בהנהלת הרה"ג ר' משה מנחם קלוגער שליט"א, מרבה געווען בתפלה ובתחנונים, מיט אמירת כל ספר תהילים באגלייט מיט תקיעת שופר און די י"ג מידות של רחמים.
די אומאויפהערליכע קול תפילה במשך די מעת לעת פון די הילולא איז געקומען צום קלימאקס בעת נעילת שער, ביים שקיעת החמה פונעם יום ההילולא ווען אלע אינגעלייט פון די כוללים האב זיך צונויפגעזאמלט, און אינאיינעם דורכגעריסן די שערי שמים מיט זייערע תפילות, צו בעטן פאר די גאולה שלימה, ושיתקבלו תפילותנו לרחמים ולרצון.
דער מתחם הכנסת אורחים, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך מוסדות קבר רחל, איז ספעציעל אויסגעשטאט געווארן מיט גענוג זיץ-ערטער, און דורכאויס דעם גאנצן יום ההילולא איז פארטיילט געווארן קרוב צו 100,000 (!) פארציעס עסן, מזונות און געטראנקען.
דערצו זענען פארטיילט געווארן צענדליגער טויזנטער צידה לדרך פעקלען פאר אלע וואס זענען געקומען צופארן פון די מרחקים. בנוסף זענען פארטיילט געווארן טויזנטער קונטריסים, מיט א ספעציעלן ליקוט פון פאסיגע תפילות פאר יעדן עת רצון, וואס ווערט ארויסגעגעבן יעדעס יאר לכבוד דעם יום ההילולא.

















































































תגובות