top of page
הילולא דרבי: סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו זצ"ל פון ב"פ ביי בנו האד' מאמשינאוו
דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN דעם מוצאי שבת איז אויסגעפאלן די זעקסטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו זצ"ל פון בארא פארק. בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא האט אפגעראכטן דעם יארצייט טיש און סעודת מלוה מלכה בבית מדרשו אין בארא פארק, במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה און מוקירי זכרו פונעם בעל ההילולא.


גרויסן עולם מיטגעהאלטן הילולא קדישא פון הרה"ק מווערדאן זצ"ל בבית מדרשו של רבי אין פלעטבוש
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך ו' ניסן איז אויסגעפאלן די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצוק"ל וועלכער איז נסתלק געווארן פאר זעקס יאר צוריק ו' לחודש ניסן אין סאמע ברען פון די קאראנע עפידעמיע, ומנוחתו כבוד אויפן בית החיים בעיר מאנסי יצ"ו. ווי יעדעס יאר איז מען זיך צוזאמגעקומען ביומא דהילולא איבערצוחזרן משנתו של אותו צדיק נשגב, ביי די סעודת הילולא רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן אין דעם נאסטאלגישן ווערדאנער ביהמ"ד אין פלעטבוש וואו הונדערטער


טויזנטער ערווארטעט ביים ציון הק' פון הרה"צ רבי נפתלי חנה'לס זצ"ל נכד הבעש"ט הק' זי"ע ביומא דהילולא דעם זונטאג
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן זונטאג שמיני י"א ניסן געפאלט אויס די יומא דהילולא פון הצדיק ואיש החסד הנודע הרה"צ רבי נפתלי חנה'לס זצוק"ל א אייניקל פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, און פונעם הייליגן רבי ברוך'ל מעזבישער זי"ע, דער הייליגער זלאטשובער מגיד זי"ע און נאך. ר' נפתלי ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה איז געבוירן אין באהפאלי רוסלאנד צו זיין פאטער הרה"צ רבי שאול שלום הלוי דאקטאראוויטש זצ"ל, אלס יונגל זענען זיינע עלטערן ארו


הילולא קדישא פון הרה"ק מסקווירא זצוק"ל ב' ניסן אפגעצייכנט מיט גרויס התעוררות בצל בנו יחידו האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט גרויס התעוררות דקדושה איז פאריגן פרייטאג ויקרא, ב' ניסן, אפגעצייכנט געווארן די 58'סטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זצוק"ל. אומעטום האבן חסידים ואנשי מעשה מעלה געווען זכרונו הבהיר ובפרט אין שיכון סקווירא איז מיט א חרדת קודש אפגעראכטן געווארן די הילולא בצל בנו יחידו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בהשתתפות טויזנטער חסידים. דאנערשטאג נאכט בליל ההילולא איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפל


סעודת הילולא צום יארצייט פון הגה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל דומ''ץ שיכון סקווירא אין שפיץ פון חתנו האד' מראחמיסטריווקא
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין עיה''ק ירושלים איז פאריגע וואך מאנטאג אפגעראכטן געווארן א יארצייט סעודה לרגל די הילולא פון חסידא ופרישא הגה"צ המפורסם רבי משה ניישלאס זצ"ל דומ''ץ שיכון סקווירא ואבד"ק סערדאהעלי אין שפיץ פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט''א ובראשם חתנו כבנו כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א וועלכע האט מיטגעהאלטן די גאנצע סעודת הילולא. נאכן זיך וואשן זענען די אייניקלעך פונעם בעל ההילולא דורך ביים רבי'ן און מסיים געוו


סעודת הודאה אין זוטשקא הויף געפייערט מיט סיום מסכת מכות דורך כל קהלא קדישא
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ה' ניסן איז אפגעצייכנט געווארן די יום ההצלה פון הרה"ק בעל נחל יצחק מזוטשקא זצוק"ל, נכדו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א האט אפגעראכטן די סעודת הודאה לכבוד היום אין ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא אין בני ברק, אינאיינעם מיט די סיום מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון די לימוד הקהלה, וואו הגאון הגדול רבי משה שאול קליין רב שכונת אור החיים האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד.


גרויס התעוררות ביים סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל אין עיר הקודש ירושלים
מיטוואך פ' צו • ז' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך הונדערטער אידן בני ירושלים און תלמידי וחסידי ווערדאן אין ארה"ק האבן דעם מאנטאג נאכט מיטגעהאלטן דער סעודת הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל וואס איז היי יאר צום ערשטן מאל געפראוועט געווארן אין עיר הקודש ירושלים אין שפיץ פון בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים.אלע יארן ביז אהער פלעגט דער רבי שליט"א ארויספארן אויף אמעריקא צום יארצייט, אבער היי יאר ווען דאס ארויספארן פון לאנד איז גאר


הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע ביי נכדו האד' מראחמיסטריווקא | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN דעם זונטאג ד' ניסן ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, האט נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכלך השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו עס האבן זיך משתתף געווען שאר בשרו כ"ק אדמו"ר טאלנא שליט"א פון אשדוד און הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא וואס איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צום בענטשן.


סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר בעל דברי נפתלי מטשאקאווא זצ"ל ביי נכדו האד' מטשאקאווא בית שמש
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


האד' מווערדאן י-ם וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן יארצייט פון אביו הרה"ק מווערדאן זצ"ל אין ארה"ק צוליב מצב המלחמה
מוצאי שבת פ' ויקרא • ג' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות הערשט צווישן חסידי ואוהדי בית ווערדאן אין ארה"ק, זיך גרייטנדיג צום זעקסטן יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל ביום ו' ניסן, ווען עס וועט צום ערשטן מאל אפגעראכטן ווערן די סדר ההילולא אין ארה"ק בראשות בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א על ישראל הדרתו בירושלים עיה"ק. אלע יארן ביז אהער פלעגט דער רבי שליט"א ארויספארן אויף אמעריקא ביומא דהילולא צו זיך משתטח זיין על ציון אביו הגדול, אבער היי יאר צוליב די אנגעצו


האד' מטשערנאביל ביים מסיבת לחיים לרגל הילולא קדישא פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע
פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פארלאפאנעם כ"א אדר ביומא דהילולא קדישא פונעם רבן של ישראל דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד האי יומא רבה, דער רבי האט טועם געווען לחיים און מזונות און דערנאך דערציילט עובדות און סיפורי קודש פונעם בעל ההילולא.


עשירי קודש: צענטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצ"ל אפגעצייכנט דורך תלמידי וחסידי ערלוי
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מאנטאג י"ג אדר תענית אסתר איז ביי תלמידי וחסידי ערלוי אפגעצייכנט געווארן די צענטע יומא דהילולא קדישא'עשירי יהיה קודש, פונעם רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצוק"ל, כולם נקבצו והתכנסו להילולא דרבי בצילו פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, אינעם קריה נאמנה אין קטמון. זונטאג אויפדערנאכט ווי נאר די נאכט איז צוגעפאלן אור ליום י"ג אדר, איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, דער רבי


ברא כרעיה דאבוה: יומא דהילולא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל בצל הקודש פון בנו האד' מסקולען מאנסי
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN


טויזנטער ערווארטעט אין שיכון סקווירא צו יומא דהילולא פון הרה"ק מסקווירא זי"ע דעם פרייטאג ב' ניסן
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט התרגשות דקדושה גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה צו די הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זצוק"ל וואס געפאלט אויס די וואך פרייטאג, ב' ניסן. דאנערשטאג נאכט, בליל ההילולא, וועלן אין די סקווערער צענטערן איבער די וועלט אפגעראכטן ווערן סעודות הילולא, ביי וועלכן מ'וועט הערן דרשות וסיפורים פון הרבנים הגה"צ שליט"א און אנדערע בעלי דרשנים וועלכע וועלן איבערגעבן זכרונות און מאמרים פונעם בעל ההילולא זצ"ל. במשך דעם


שיינעם סעודת הילולא פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק"ל אין ירושלים עיה"ק
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל וואס איז אויסגעפאלן דעם שבת כ"ה אדר, האט בנו הצעיר ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א אפגעראכטן דעם סעודת ההילולא אינאיינעם מיטן סעודת מלוה מלכה מוצאי שבת קודש בבית מדרשו אין ירושלים, וואו עס האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב וואס האט זוכה געווען צו


געהויבענע ימי ההילולא פון הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע בצל הקודש פון בנו ממשיך דרכו האד' מקאשוי
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש גאר געהויבן זענען פאראיבער די ימי ההילולא קדישא פון הרה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זי"ע, בצל בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א. די ימי ההילולא האבן זיך פאקטיש אנגעהויבן מיט דעם שבת קודש בעפאר די יארצייט, ווען פילע תלמידי וחסידי קאשוי האבן זיך מסתופף געוועו בצל קדשו פונעם רבי'ן אין וויליאמסבורג, אין די שבת לפני ההילולא פון אביו הגדול זי"ע. אין לויף פונעם שבת האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו די תפילות פון קבלת שבת


הילולא קדישא פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך מליזענסק זי"ע בצל נכדו האד' מפשעוארסק | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שרוליק ק.,JDN


ווידיאו • הילולא קדישא פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל בחצר הקודש וויזניץ
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מנדבורנה אונטערגענומען לאנג פארצווייגטע נסיעה צום הילולא אין ליזענסק טראץ שווערע אומשטענדן
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א ארויסגעפארן צום הילולא קדישא כ"א אדר אין ליזענסק, טראץ די שווערע אפקומענישן וואס די נסיעה איז געווען פארבונדן היי יאר אין שאטן פון דער מלחמה אין ארץ ישראל, און האט פון דארט ממשיך געווען קיין ניו יארק אויף די יערליכע באזוך לטובת מוסדותיו הק'. שוין צענדליגער יארן וואס דער רבי שליט"א איז זיך נוהג געווען ארויסצופארן צום הילולא קדישא פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע, זייענדיג אדוק


פילצאליגע תלמידים וחסידים ביי סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מחוסט זצוק"ל אור ליום כ"ט שבט
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פילצאליגע תלמידים און חסידים האבן מיטגעהאלטן געהויבענע סעודת הילולא, פון הרה"ק רבי שמואל שמעלקא לייפער זצוקללה"ה אדמו"ר מחוסט וראש ישיבת תורת חסד, וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם זונטאג פר' תרומה, אור ליום כ"ט שבט העעל"ט, לרגל די דריטע הילולא קדישא זינט זיין הסתלקות אין שנת תשפ"ג לפ"ק. די סעודת הילולא איז פארגעקומען אין פראכטפולן זאל "אנשי ספרד" אין בארא פארק, וואו עס האבן זיך פארזאמלט די פילע מעריצי זכרו הטהור, אין שפיץ פונעם


bottom of page

