top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיר מלוכה סאדיגורא: הילולא קדישא פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע פאראיבער מיט גרויס התעוררות במקום מנוחת קדשו

לפני 7 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט התרוממות הנפש איז אינעם עיר מלוכה סאדיגורא, געפראוועט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם מלך ישראל, די סבא קדישא מרוזשין זי"ע, אין דעם געהויבענעם טאג פון ג' חשון בעיצומו של יום מכפר, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, וועלכער האט כידוע אויפגעטון גדולות ונצורות למען כבוד הצדיקים, איבערגעבויט דעם הייליגן נאסטאלגישן קלויז און רענאווירט דעם אוהל און ציון הקדוש במקום מנוחת כבודו, און האט כמדי שנה בשנה דארט אפגעראכטן די יומא אריכתא מבואו ועד צאתו.


ליל ג' חשון האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם נאסטאלגישן קלויז אין סאדיגורא, אינאיינעם מיט א פמליא חסידים ואוהדים, און אנשים חשובים ופני העדה, בתוכם דעם רבינס שוואגער הרה"צ רבי מרדכי ברזובסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, הרה"צ רבי נחום שארף שליט"א אבד"ק סאדיגורא מאנסי, הרב אברהם יעקב סלומון שליט"א ראש מוסדות שטפנשט, העסקן ר' ישראל פרוש הי"ו, ועוד.


בעיצומו של יום איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הקדוש, אנגעצינדן די נר תמיד, געזאגט מזמורי תהילים און פארברענט די קוויטלעך ביים ציון כנהוג.


שפעטער אין טאג איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א — וועלכער האט א נאכט פריער געפראוועט דעם יארצייט טיש אין לאנדאן — אנגעקומען קיין סאדיגורא. נאך תפילת מנחה אינעם קלויז איז דער רבי ארויף צום ציון הקדוש אינאיינעם מיט זיינע ברודער הרה''צ ר' אפרים פישל שליט"א, הרה''צ ר' אליהו אליקים געציל שליט"א, און הרה''צ ר' שמעון מנחם נחום שליט"א. נאכן תפילת רבים איז דער רבי פארבליבן אינעם אוהל ביחידות פאר א משך זמן.


שפעטער, ביים זיך צוריקקערן אינעם קלויז, האבן ביידע ברידער האדמורי"ם זיך פאראייניגט און געדאוונט מעריב אינאיינעם אינעם דאווען-שטוב פונעם קלויז. נאך מעריב האבן די רביס אפגעראכטן א לחיים-טיש בשבת אחים גם יחד, זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד און זיך געזעגענט לחיים ושלום.


פון דארט האט דער סאדיגורער רבי פון לאנדאן והנלווים אליו ממשיך געווען קיין טשערנאוויץ, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה רחבה כיד המלך לכבוד די הילולא אין שטוב פון הרה"ג ר' מנחם מענדל גליצנשטיין שליט"א, שליח חב"ד אין שטאט, איידער מען האט ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין לאנדאן הבירה.



תגובות


bottom of page