תעו ואתכנשו: הילולא קדישא פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זצוק"ל בצל נכדו האד' מסערט וויזניץ
מוצאי שב"ק פ' נח • ו' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברגשי קודש האבן חסידי סערט וויזניץ אפגעצייכנט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זי"ע, בצל הקודש פון נכדו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, אין ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ חיפה.
ליל ההילולא קדישא האט דער רבי שליט"א געדאווענט תפילת מעריב פארן עמוד בביתו נאווה קודש און געזאגט די קדישים. שפעטער איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן היכל הטישן צום סעודת הילולא רבתי ושולחן הטהור. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, געמאכט דעם סיום הש"ס און געזאגט קדיש. במשך דעם טיש האט מען געזונגען פילע ווארימע ניגונים, דער רבי שליט"א האט געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש און משמיע געווען דברות קודש מענינא דיומא. צום שלוס האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען "יזכור אהבתם" און געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
צומארגנס בעיצומו של יום, האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית פארן עמוד אינעם ביהמ"ד הגדול ברוב עם און געזאגט אלע קדישים. נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים בחדרו הפרטי, וואו די חסידים זענען דורך וואונטשן לחיים.
שפעטער נאך מנחה איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום ציון הקדוש אינעם וויזניצער אהל אויפן בית החיים אין בני ברק אין שפיץ פון א גרויסע עדה חסידים. ביים ציון הק' האט דער רבי שליט"א אנגעצינדן ליכט, געזאגט די מענה לשון תפילה כנהוג, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים און קדיש, און דער משמש בקודש האט געזאגט קל מלא רחמים. דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויפן ציון הקדוש פונעם בעל ההילולא זי"ע, ווי אויך ביים ציון פונעם זיידן דער אהבת ישראל זי"ע און ביים ציון פונעם פאטער דער חכמת אליעזר זי"ע.
ביים פארלאזן דעם אוהל איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען מתפלל זיין ביי די ציונים פון אמו הרבנית ע"ה און פון די באבע די רעבעצין ע"ה אשת חבר פונעם מקור ברוך זי"ע. ביים ארויסשפאצירן פונעם בית החיים האט דער רבי שליט"א געשמועסט מיט שאר בשרו הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט זיך באדאנקט פאר די שיינע דרשה וואס ער האט איבערגעגעבן פארלאפענעם וואך ביים התוועדות הכנה לקראת די יארצייט אין רמת וויזניץ חיפה.



















תגובות