top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא דקדישא פון הגה"ק רבי מרדכי מבילגורייא זצ"ל געפראוועט דורך בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

לפני 5 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת תולדות • כ"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אמ"ש ואנשיל בעק

מיט גרויס התעוררות האבן חסידי בעלזא אפגעצייכנט די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי מרדכי מבילגרייא זצ"ל בצל הקודש פון בנו יחידו כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א.


מיטוואך נאכט בליל ההילולא איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין בית תפלה בביתו נאוה קודש און אפגעראכטן א מסיבת לעקח און בראנפן ביי וועלכען ער האט דערציילט פארשידענע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא און דערנאך מכבד געווען בנו יחידו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א צו דערציילן.


היינט צופרי בעצם יומא דהילולא האט דער רב שליט"א געצינדן ליכט פארן דאווענען און געזאגט די קדישים. ביי קריאת התורה האט דער רב שליט"א עולה געווען שלישי, און נכדו הגדול דער בעל שמחה הרב שלום רוקח האט עולה געווען ראשון און געמאכט א מי שברך ליולדת. נאכן דאווענען זענען די געסט פון אויסלאנד אריבער שלום נעמען.


ארום איינס אזייגער מיטאג איז דער רב ארויסגעפארן ממעון קדשו אין ירושלים אויפן וועג קיין טבריה. אנקומענדיג קיין טבריה ארום דריי אזייגער מיטאג איז דער רב שליט"א צוגעפארן צום דירה אינעם נייעם הכנסת אורחים וואס איז אהערגעשטעלט געווארן הארט נעבן דעם בית החיים אין טבריה, דורך די צוויי שותפים ר' איסר בריסק מחשובי חסידי בעלזא און ר' הלל פריעדמאן. א קורצע צייט דערויף איז דער רב אנגעקומען אויפן בית החיים, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלע בריק ביז צום ציון הק', צו קענהען האבן לייכטע צוטריט. דער רב שליט"א האט אנגעצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט א גאנץ יאר אויפן ציון, דערנאך מפריש געווען צדקה און געזאגט ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיטן יהי רצון קדיש, און דעם קל מלא רחמים. 


נאכדעם האט דער רב שליט"א משמיע געווען קורצע אבער גאר רירנדע דיבורים, זאגנדיג אז דער בילגורייער רב ז"ל האט געקענט בעלזא ווען ס'האט געלאכטן און געשיינט, און ער האט געקענט בעלזא ווען ס'איז ליידער חרוב געווארן ביים קריג און מ'איז אריבער די אלע צרות, און ער האט געקענט בעלזא שפעטער ווען ס'איז געוואקסן און האט אויפגעלאכטן פון פריש בימיו פונעם פעטער דער רב ז"ל. און אויסגעפירט אז עס איז א כבוד פארן בילגורייער רב ווי אזוי בעלזא זעט היינט אויס.


אויפן וועג ארויס פונעם בית החיים איז מען דורך ביים חלקת תלמידי הבעל שם טוב זי"ע וואו דער רב שליט"א האט מתפלל געווען א תפילה חרישת לישועתן של ישראל.


נאכן עלי' לציון איז דער רב שליט"א צוריק צו די דירה העכערן בית החיים וואו מען האט געדאווענט מנחה און דער רב שליט''א האט זיך צוגעזעצט צו א לעקח און בראנפן וואו ער האט טועם געווען לחיים, מזונות און פיש.


אויפן וועג ארויס פון שטאט איז מען דורכגעפארן די ציונים הקדושים פונעם שלה הק' און דער רמב"ם וואו דער רב שליט''א האט זיך אפגעשטעלט און מתפלל געווען א תפילה קצרה זיצנדיג אין קאר. מחנת קוצר הזמן צוליב דעם וואס מען איז אנגעקומען קיין ירושלים אין א שפעטע שעה, מוצאי די יארצייט איז די רב שליט''א נישט אריינגעקומען צום שולחן הטהור וסעודת הילולא אינעם גרויסן שטוב.



תגובות


bottom of page