top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע דערהויבענע טעג פאריבער אין שטאט טשענגער בימי ההילולא קדישא פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע

לפני 50 דקות
זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

שטייענדיג געציילטע טעג נאך די געהויבענע יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצוק"ל, דעם פארגאנגענעם זונטאג פרשת ויצא, זענען נאך די געמיטער פון די פילצאליגע באטייליגטע מרוגש פון די גייסטרייכע איבערלעבעניש וואס האט איבערגענומען די גאנצע שטאט טשענגער. דאס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך פאר שבת, ווען צענדליגע געסט האבן אנגעהויבן שטרומען אין די שטאט.


די מאסיווע הכנות און איבערמידליכע צוגרייטונגען האבן זיך שוין אנגעהויבן וואכן און חדשים פריער. דאס איז געקומען גלייך נאכן יומא דהילולא פונעם פארגאנגענעם יאר, ווען דער נייער בנין איז ארויף אין פלאמען, וואס האט געפירט דערצו אז מ'זאל תיכף דארפן אונטערנעמען א פרישן בוי-פראיעקט פון דאסניי.


נאך לאנגע חדשים פון פארהאנדלונגען מיט די שטאטישע פירערשאפט, איז מיט גרויס סייעתא דשמיא געלונגען צו שאפן די נויטיגע פערמיטן. נאכן זיך שלעפן לאנגע חדשים, האט זיך דער ועד געפונען אין א גרויסער דילעמע, נאך וואס מ'איז שוין געשטאנען געציילטע וואכן פארן גרויסן יומא דהילולא קדישא, און ס'איז נאכנישט געווען קיין רעדע פון פארטיגן דעם הערליכן נייען בנין, וואו עס האט געזאלט ווערן אויסגעריכט דער ריזיגער און באצויבערנדער בית המדרש אינאיינעם מיט א פולקאם אויסגעשטאטעטע ציכטיגע מקוה.


אבער די וואונדער און פייער וואס האט געברענט אין טשענגער בזמן וואס דער צדיק האט געלעבט, האט דא אויך וואונדערליך משפיע געווען. ממש שלא דרך הטבע איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי-ארבעט, וואס האט איינגעשפאנט א שטאב פון צענדליגע ארבעטער וועלכע זענען געשטאנען רונדע דעם זייגער; זיי האבן געהאקט און געקלאפט מיט איין ציל: צו פארענדיגן דעם בנין מיט א ממשות'דיגע קפיצת הדרך.


אויף אזוי ווייט, אז פארגאנגענע וואך מיטוואך, ווען מ'האט שוין געדארפט ענדיגן אויסרישן די געביידע פאר די ריזיגע צאל געסט וועלכע זענען ערווארטעט געווארן פארן גרויסן שבת ערב יומא דהילולא, האט מען נאך געדארפט פארענדיגן די לעצטע פיטשעווקעס. אזוי האט מען זוכה געווען צו גומר זיין דעם בנין על תילה אויף א שלימות'דיגן פארנעם, וואס האט געוויזן אז דער הייליגער צדיק איז ווייטער משפיע פאר אונז און זארגט זיך אז די ריזן צאל געסט וואס קומען צופארן צום יומא דהילולא זאלן האבן צוגעשטעלט אלע באדערפענישן ברוחניות ובגשמיות.


שוין אנהויב דאנערשטאג האבן אנגעהויבן קומען די געסט וועלכע זענען געווען ערווארטעט אפצורעכטן דעם געהויבענעם שבת ערב יומא דהילולא קדישא סמוך ונראה צום ציון הקדוש. די געסט האבן נישט אויפגעהערט צו באוואונדערן די הערליכע, פראכטפולע און גיגאנטישע געביידע וואס האט זיי אפגעווארט אזוי שיין אויסגערישט ממש ביזן לעצטן שטאפל.


די "הכנסת אורחים ד'טשענגער" האט צוגעשטעלט ממש אלע געברויכן פאר די געסט, מטה כסא ושלחן אויף גאר א געשמאקן פארנעם, כדי צו געבן די געלעגנהייט פאר די אלע חשוב'ע געסט זיך צו קענען קומען צו זיך נאך אזא לאנגן וועג וואס עס האט גענומען אנצוקומען ביז קיין טשענגער.


ערב שבת קודש האט מען געהאט א ספעציעלע זכיה ווען מ'האט זיך געזעצט ענדיגן שרייבן דעם הייליגן ספר תורה מיט דעם פלאן דאס אריינצוברענגען צום נייעם בית המדרש אינעם טאג פון שבת קודש. די געסט האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצושרייבן אן אות אין די תורה, וואס האט זיך געצויגן פאר לאנגע שעות, ביז ווען כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א נכד בעל ההילולא האט מסיים געווען די ספר תורה.


דער מאמענט ווען מ'האט פארענדיגט שרייבן דעם ספר תורה, האט דערמאנט דעם טרויעריגן גורל וואס האט זיך אפגעשפילט מיט די צוויי און פערציג הייליגע ספרי תורה וואס די שטאט טשענגער האט פארמאגט אין דער אלטער היים, וועלכע זענען ליידער אלע פארברענט געווארן בשנות הזעם. שוין איבער אכציג יאר וואס די שטאט טשענגער האט נישט פארמאגט קיין ספר תורה.


אשרי עין ראתה; די געהויבענע שעות וואס די שטאט טשענגער האט מיטגעלעבט דורכאויס דעם געהויבענעם שבת פרשת תולדות, ערב יומא דהילולא, איז עפעס וואס דאס פאפיר קען נישט שילדערן און וועט זיין צו ארעם עס איבערצוגעבן. די פילצאליגע געסט זענען אריינגעקומען אין דעם נייעם הערליכן שוהל וואס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, און האבן אנגעהויבן מיט א געהויבענע קבלת שבת וואס האט אפגעהילכט ביז ווייט.


דער שבת "נועם הנשמות" איז געווען א חטיבה אחת פון דערהויבענע תפילות, נרהאפטיגע סעודות, בארירנדע שירות ותשבחות און הערליכע דרשות, וואס האבן נישט געקענט גענוג ארויסברענגען די זעלטענע זכיה צו קענען זיין א טייל פון אזא געהויבענעם שבת.


שבת אינדערפרי, בעפאר קריאת התורה, זענען די געמיטער געווען איבערגעפילט ווען מ'האט אינאיינעם אויסגעבראכן אין א הילכיגן טאנץ "ששו ושמחו בשמחת התורה כי לנו עוז ואורה", א מאמענט ווען מ'האט אריינגעברענגט דעם ספר תורה אינעם נייעם ביהמ"ד – א מאמענט וואס די ווענט אינעם ביהמ"ד האבן זיך מיטגעפריידט. אזוי איז דער גאנצער שבת אריבער ממש מעין עולם הבא, אויף א פארנעם וואס די שטאט טשענגער האט נאך ביז היינט נישט געזען.


נאכן ענדיגן אזא געהויבענעם שבת מיט אן אריינגעצויגענעם רעוא דרעווין, וואס איז געווען איינגעהילט מיט די גרעסטע התעוררות, האט מען זיך ארויסגעלאזט צום ציון הקדוש צום אנהייב פון דעם גרויסן יארצייט.


די פילצאליגע געסט וואס האבן געוויילט שבת אין שטאט טשענגער, האבן געהאט די זכיה צו זיין די ערשטע ביים ציון הקדוש און האבן געעפנט דעם געהויבענעם טאג מיט גאר ווארעמע תפילות וואס האבן ממש דורכגעריסן דאס הארץ.


ממש געציילטע שעות נאכן זמן האבן אנגעהויבן קומען מערערע אידן פון אומעטום, און עס איז ממש געווארן א ריזיגער פארקער פון טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צו פארן פון איבער די גאנצע וועלט.


אידן זענען געקומען איינרייסן פאר ישועות; אידן זענען געקומען אפגעבן א שבח והודאה פאר די ישועות וואס זיי האבן שוין זוכה געווען צו זען; אידן זענען געקומען מיט קינדער וואס זיי האבן זוכה געווען אראפצוברענגען אויף דער וועלט נאכן איינרייסן ביים הייליגן ציון הקדוש.


אזוי איז דער טאג אריבער מיט אן אויסטערלישער דערהויבנקייט, ברענגענדיג ישועות והשפעות פארן גאנצן כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם. זכותו הגדול יגן עלינו.



תגובות


bottom of page