חסידי סאדיגורא אין אמעריקע מיטגעהאלטן געהויבענע שבת התוועדות בצל האד' מסאדיגורא אין סאוט פאולסבורג
דינסטאג פרשת וישלח • י''ד כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם שבת קודש פרשת ויצא איז געפראוועט געווארן א געהויבענער שבת התוועדות פאר עדת חסידי סאדיגורא אין אמעריקא בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, אין דיHCS רעזארט אין סאוט פאולסבורג, צווישן די קאנטרי בערג, וואו עס האבן זיך פארזאמלט די חסידים פון אלע שטעט איבער ניו יארק און ניו דזשערזסי מיטצוהאלטן א שבת מעין עולם הבא במחיצת הקודש כשהמלך בשדה.
פרייטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום האטעל ווערנדיג אנטפאנגען מיט גרויס התרגשות. אנקומענדיג האט דער רבי שליט"א באטראכט דעם טישל פון מכון כנסת מרדכי, וואו עס זענען אויסגעשטעלט און פארקויפט געווארן די ספרים פון צדיקי בית סאדיגורא, ווי אויך דער נייע ספר אמרי קודש מדברי תורתו פונעם רבי'ן שליט"א וואס איז נישט לאנג צוריק ערשינען לאור עולם.
נאך מנחה ערב שבת, האט אויפגעטרעטן מיט דברי פתיחה והכנה לשבת קודש דער גאסט פון ארץ הקודש, פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי יחזקאל טויסיג שליט"א. ביי קבלת שבת איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם דאווען שטוב צו "בואי בשלום" און אויפגעפלאקערט דעם גאנצן ציבור בקדושת השבת, ווען דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין התלהבות'דיגע ריקודין און ממשיך געווען מיט קבלת שבת מיט א פייערדיגן ברען.
נאכן ווארימען דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור, אנגעהויבן פון "שלום עליכם". דער טיש איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט בדביקות ובהשתפכות הנפש מנועם קדושת השבת פאר גאנצע דריי שעה נאכאנאנד.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען זמירות שבת קודש וניגוני דביקות מיט א קול נעים בצוותא חדא, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש. ביים ענדע האט דער רבי פארטיילט פירות פאר אלע חסידים וועלכע זענען אריבער בפרטות כבני מרון, און נאכן טיש אויפן וועג לביתו נאווה קודש, האבן די חסידים זוכה געווען מיטצוהאלטן א שפאציר מיטן רבי'ן, וועלכער האט זיך אריינגעלאזט אין א ווארימען שמועס בנועם שיח מיט די באגלייטער איבער פארשידענע סיפורי צדיקים און זכרונות מימי קדם, און דער רבי האט געבעטן פון די בחורים אז זיי זאלן זאגן דברי תורה.
בצפרא דשבתא זענען די עליות פארקויפט געווארן פאר גרעסערע סכומים, נאכן דאווענען האבן די חסידים געפראוועט אינאיינעם דעם סעודת שבת בשבת אחים גם יחד, בשעת די סעודה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען און מיטגעהאלטן די סעודה א משך זמן, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי יחזקאל טויסיג שליט"א מיט פאסיגע דברי התעוררות, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד לכבוד שבת רינגס ארום דעם זאל טאנצנדיג בהתלהבות עצומה.
נאך מנחה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור דבי רעווא דרעווין, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א געוואלדיגע התעוררות. נאך מעריב און הבדלה, איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד "צאתכם לשלום", באגלייט מיט כלי זמר וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש מיט הדרכות ישרות פאר די חסידים, דערנאך זענען אלע דורך זיך געזעגענען נאכן מיטהאלטן אזא געהויבענעם שבת.
שפעטער מוצאי שבת זענען געווען ספעציעלע זמני כניסה בקודש פנימה, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם ציבור לעצה ולברכה מיט קוויטלעך. צומארגנס זונטאג, נאך תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק לביתו נאווה קודש אין ארץ ישראל.


















































תגובות