top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזוכר חסדי אבות: הילולא קדישא פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע ביי נכדו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת חיי שרה • כ''ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש

מיט התעוררות דקדושה האבן אלפי חסידי בעלזא געפראוועט די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש גולת אריאל דער פריערדיגער בעלזער רב הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע, בצל הקודש פון נכדו הגדול, דער ממשיך שלשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


מאנטאג אויפדערנאכט בליל ההילולא איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום בית תפילה בביתו נאווה קודש, וואו דער רב שליט"א האט אנגעצינדן די לעכטאון יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב לכבוד די יארצייט.


נאך מעריב איז פארגעקומען א לעקח און בראנפן אויף א קלענערע פארנעם, וואו דער רב שליט"א האט געמאכט א ברכה אויף לעקח און לחיים, און דאן א לענגערע צייט דערציילט עובדות וסיפורים פונעם זיידן דער בעל ההילולא. דערנאך האט דער רב שליט"א מכבד געווען די אנוועזנדע צו דערציילן, צווישן זיי בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און די אייניקלעך, וועלכע האבן דערציילט שיינע ענינים בשגב קדושתו ובגודל צדקתו פונעם בעל ההילולא.


נעכטן ביום ההילולא קדישא אין די פארמיטאג שעות, איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש, צוגעגאנגען פארן עמוד צו תפלת שחרית און געזאגט די קדישים. 


שפעטער נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אינעם גרויסן שטוב און געדאוונט תפילת מנחה פארן עמוד ברוב עם.


נאך מנחה האט זיך דער רב שליט"א געוואשן צום שולחן הטהור. בשעת'ן טיש האט מען געמאכט די סיומים כנהוג, הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט מסיים געווען ששה סדרי משנה, אזוי אויך האט הרה"ג רבי דניאל פערלוב שליט"א נכד בעל ההילולא מסיים געווען א מסכתא.


דערנאך האט מען געזונגען דעם לענגערן בעלזער ניגון מכניסי רחמים, און דער רב שליט"א האט געהייסן איבערזינגען דעם ניגון נאכאמאל און מעודד געווען די ניגונים.


דערנאך האט דער רב שליט"א געטרינקען און געוואונטשן לחיים, און משמיע געווען מדברותיו הטהורים במשנתו של בעל ההילולא.


צו די זייט פונעם רב שליט"א איז געזעסן הגה"צ אבד"ק סקאהל שליט"א נכד צדיקי בית בעלזא און פון די צווייטע זייט דער בעל שמחה הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פונעם רב שליט"א, אזוי אויך האבן זיך אנגעזען ביים טיש האדמורי"ם משאץ ירושלים, ליטשיק, אב"ד חליסה, הרה"צ רבי ברוך הלברשטאם שליט"א רב ביהמ"ד גארליץ, הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ מבארא פארק און נאך.


דערנאך האט דער רב שליט"א געבענטשט ברכת המזון על הכוס. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די רבנים און די זיידעס פון די חתנים ביים טיש, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק סקאהל שליט"א.


נאכן בענטשן האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב, איידער דער רב שליט"א האט פארלאזט דעם גרויסן שטוב, האבן טויזנטער חסידים אויסגעבראכן אין ניגוני שמחה והודאה לרגל די שמחה הגדולה, די געבורט פונעם ערשטן בן זכר למזל טוב ביי הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א, נכדו הגדול פונעם רב שליט"א, דערנאך זענען הונדערטער חסידים דורך ביים בעל שמחה הרב שלום וואונטשן מזל טוב.



תגובות


bottom of page