top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט בבתי גדולי ישראל אין ארה"ק | בילדער גאלעריע

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דורכאויס דעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט"א בארצינו הקדושה, איז דער רבי ארומגעגאנגען בבתי גדולי ישראל, אדמורי"ם ורבנים, אויף ביקורי נימוסין, וואו ס'איז געשאפן געווארן שיינע שמועסן, און די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן מיט ברכת השנים צום נייעם יאר. און צווישן אנדערע, האט דער רבי באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות; ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א; כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א; מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א; כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א; און ביים שוואגער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א.



תגובות


bottom of page