top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ההרים והגבעות יפצחו: טויזנטער ביי סקולענער סעודת הודאה מוצאי שבת נחמו אין גיגאנטישע המספיק רעזארט

  • לפני 21 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי ווייס,JDN

ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה האט זיך וויקרליך אפגעשפילט דעם מוצאי שבת נחמו ביים מעמד סעודת הודאה רבתי בראשות האחים כ"ק האדמורי"ם מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג און לעיקוואד וועלכע האבן מעריך געווען דעם מעמד הודאה פאר קהל עדתם און מאסן חסידים ואנשי מעשה וואס האבן מיטגעלעבט די געהויבענע שעה'ן להודות ולהלל בתופים ומחולות, אין די גיגאנטישע עטרת ווערטהיימער זאל אין די המספיק רעזארט אין די קעטסקילס.


צו פארלייכטערן די טראנספארטאציע פאר די טויזנטער משתתפים איז אראנזשירט געווארן ספעציעלע באסעס פון אלע היימישע געגנטער, כולם נקבצו ובאו צו לויבן און דאנקן אויף די גרויסע ניסים בימים ההם בזמן הזה ווען די הייליגע סקולענער רבי'ס זענען באפרייט געווארן פון די רומענישע טורמעס.


די משוררים אין שפיץ פונעם בארימטע בעל מנגן הרה"ח ר' אלעזר אלימלך האס הי"ו האבן מהנה געווען דורכאויס די מעמד בשירה וזמרה מיטן אוצר הניגונים לבית סקולען, צווישן זיי האבן זיי אויפגעפרישט עטליכע סקולענער ניגונים לכבוד די מעמד.


ארום איינס אזייגער זענען ביידע אדמורי"ם שליט"א ערשינען צום סעודת הודאה רבתי, ווי נאר די אדמורי"ם זענען ערשינען אין זאל האט מען אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ און די רבי'ס האבן זיך געוואשן צום מלוה מלכה.


די גאנצע סעודה איז געווען איין שטיק התרוממות הנפש, צום הויכפונקט האט דער סקולענער רבי פון וויליאמסבורג אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברות קודש, וואו דער רבי האט געשילדערט די השתלשלות הענינים פונעם נס ההצלה, און איבער די חיוב ההודאה, און מעורר געווען איבער דעם חוב קדוש ארויסצוהעלפן די הייליגע ירושה פון די סקולענער צדיקים מוסדות הקדושים 'חסד לאברהם', און אפאלירט צום ציבור ארויסצוהעלפן מיט סכומים הגונים.


באזונדער האט דער רבי מעורר געווען איבער פארשידענע ענינים הצריכים חיזוק, צניעות, קביעות עיתים לתורה, הערליכע ניגונים, און דערמאנט די פלייץ פון אנטיסימעטיזם אויף די וועלט און די פילע טראגעדיעס מבית ובחוץ און דערביי מעורר געווען רחמי שמים.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א משמיע געווען דברות קודש און ווייטער ארומגערעט בהרחבה איבער די נס ההצלה, און בתוךך דבריו דערמאנט די ניגוני קודש וואס די רבי'ס זי"ע האבן פארפאסט אין בגיא צלמוות און זיך עטליכע מאל צוזינגען די ניגונים מיט א נעימות און א קאך כדרכו.


דערנאך האט דער לעיקוואדער רבי פארגעזינגען די אויסגעווייקטע ניגון אודך ה' אלוקי און דער וויליאמסבורגער רבי האט פארגעזונגען די ניגון אודה ה', דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין להודות ולהלל בשבח והודאה, בשעת די אדמורי"ם האבן מעודד געווען די טענץ מיט אן אויסטערלישע התלהבות, דערנאך האבן די אדמורי"ם אינאיינעם פארגעזינגען אתה ה' לא תכלא רחמיך.


דער וויליאמסבורגער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און עס איז שוין געווען אום פיר דרייסיג פארטאגס ווען מען האט פארענדיגט דעם מעמד מיטן ניגון ונשגב וואו עס איז איינגעפירט אין סקולען מידי שבוע בשבוע.



bottom of page