top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער וועלן פייערן מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו אין די קאנטרי בצל האדמור"ים מסקולען פון וומסב"ג און לעיקוואד

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני יומיים (2)

מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות של שמחה רישן זיך פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי מיטצולעבן דעם כינוס הודאה רבתי לרגל יום הצלה והשחרור פון אדמור"י בית סקולען זי"ע, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גאר געהויבענעם און גרויסארטיגן פארנעם דורך ממשיכי דרכם בקודש כ"ק האחים האדמור"ים מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג און לעיקוואד אין די גיגאנטישע "עטרת ווערטהיימער" זאלן אין די קעטסקילס ראיאן.

עס ליגט נאך גוט אין די ביינער די געהויבענע שבתים און סעודת הודאה וואס הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל פלעג אפרעכטן אין די קאנטרי בערג וויילנדיג אויף אפרוה אין די קעטסקילס, און אצינד נאך א היבשע פאר יאר וואס עס איז נישט אויסגעקומען א סקולענער סעודת הודאה אין די קעטסקילס וועט מען ווידער האבן די זכי' צו פייערן דער מעמד ההודאה במקהלות עם רב, א ריזיגן ציבור אידן, פון אלע היימישע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי, וואס וועלן זיך צונויפקומען לפונדק אחד, להודות ולהלל און אפגעבן א שבח והודאה להשי"ת על כל הניסים האלה בהצלת הצדיקים מצפרני הרשעים.

די עסקנים פון ביידע קהילות ארבעט'ן האנט ביי האנט אויסצורישן די "עטרת ווערטהיימער" זאלן אין די בארימטע המספיק רעזארט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס און הונדערטער זיץ-פלעצער אויף א פילפאכיגערן פארנעם ווי אין די פריערדיגע יארן, צו קענען אקאמאדירן דעם פלייץ משתתפים.

במשך די סעודה וועט די טאלאנטפולע "סקולענע קאפעליע" מהנה זיין מיט די הייליגע און נאסטאלגישע "סקולענע ניגונים" וואס די צדיקים בעל הנס האבן פארפאסט בקדושה וטהרה, און אינעם הויכפונקט וועט מען זוכה זיין צו הערן די דברות קודש מלהבות אש פון האחים האדמור"ים שליט"א בתוקפו של נס, און מ'וועט מאריך זיין מיט ריקודין קדישין בשמחה ודביקות ביז אין די שפעטע נאכט שעות.

באזונדער רישן זיך די חסידים מיטצולעבן דעם געהויבענע שבתים בצל הקודש פון די אדמורי"ם דעם קומענדיגן שבת נחמו. כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א וועט אי"ה אפרעכטן די געהויבענע שבת אין קרית יטב לב אין בלומינגבורג, וואס אנטשפרעכט צו זיין א יום שבתון אין לשכוח מיט'ן התאספות פון פילצאליגע געסט און תושבי המקום וואס וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן די געהויבענע תפילות און טישן

די תפילות און טישן דורכאויס שבת וועט אפגעראכטן ווערן אין די זאלן פון "עטרת פעסיל לאה" אין שטאט, וואס ווערט ספעציעל אהערגעשטעלט צו אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים וואס קומט צו פארן מיטהאלטן דעם שבת.

באזונדער זענען די עסקנים אריינגעטאן אין די פיבערהאפטיגע הכנות מסדר צו זיין פולע אש"ל מיט אלע הצטרכות'ער פאר די געסט, און באזונדער פאר די סעודות שבת וואס וועט צוגעשטעלט ווערן בהרחבה פאר אלע אורחים חשובים.

אין די קעטסקילס בערג וועט אפגעראכטן ווערן די געהויבענע שבת הודאה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א אין מאנטיסעלא, וואו די רבי וויילט די יעצטיגע וואכן למנוחת הנפש. די תפילות און טישן וועלן אפגעראכטן ווערן במקהלות עם רב אין די צענטראלער ביהמ"ד אין  מאנטיסעלא וואס ווערט אהערגעשעלט דורך די עסקני חצר הקודש סקולען לעיקוואד אויף א גרעסערער פארנעם.






bottom of page