אלפי תושבי לעיקוואד מיטגעהאלטן מעמד הדלקה רבתי בחצר הקודש סקולען לעיקוואד
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ל"ש
טויזענטער תושבי לעיקוואד זענען אונטער די טיפער רושם דקדושה, מיטלעבענדיג שעות של תענוג רוחני ביים גראנדיעזן מעמד הדלקה ליל ל"ג בעומר בחצר הקודש סקולען אין לעיקוואד.
שוין עטליכע טעג בעפאר ל"ג בעומר האט זיך אנגעזעהן מאסיווע הכנות אויפן שטח, ווי מ'האט איבערגעפעוועט די שטח להנאת ולטובת הציבור. אזוי אויך איז געווען גאר קענטליך ווי אזוי די שטאטישע באאמטע זענען ארויסגעקומען ווארעם ארויסצוהעלפן די עסקנים מיט אלע נויטיגע פערמיט'ן און טעכנישע חלקים.
א גרויסע עולם חסידים און מעריצים האבן זיך אנגעזעהן פון אנדערע שטעט, אזוי אויך א ריזיגע ציבור וואס האט נישט געקענט פארן קיין מירון, האבן זיך באטייליגט ביים מעמד.
בזמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך צוגעפארן צום גרויסן שטח ההדלקה וואס איז אפגעראכטן געווארן הארט לעבן דעם סקולענער ביהמ"ד ביי 1st סטריט.
אין די באשטימטע שעה איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף די הויכע בימת הכבוד. נאכ'ן זינגען עטליכע אויסגעווייקטע מירונ'ער און סקולענע ניגונים, האט דער רבי געגאסן די שמן, אזוי אויך די אויל פאר די נגידים ותומכים פון חצר הקודש סקולען.
דערנאך האט דער רבי מיט געווייקטע טרערן משמיע געווען פלאם פייערדיגע דברות קודש, ארויסברענגענדיג די סגולת היום און וועגן די ווייטאגליכע נסיונות הדור. אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט ווי אזוי אביו הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע האט מיט די לעצטע כוחות געפירט א מלחמה מיט'ן שטן, און דערביי ארויסגעברענגט איבער די נייע AI מגיפה, ווי אזוי ס'הארגעט אוועק נשמות בישראל, און וויאזוי מ'דארף שטיין ווייט פון טעכנאלאגישע כלים.
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט קאפיטל קל פסוק ביי פסוק בהתעוררות רב, און דערנאך "אנא ה' הושיעה נא".
די זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד הרה"ח ר' מאיר פישל הי"ו, און די זכות יציקת השמן איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב שטערן הי"ו.
די וויזניצער קאפעליע פון מאנסי האט מהנה געווען די ציבור מיט לעבעדיגע ניגוני ל"ג בעומר, אריינשלעפענדיג די ציבור אין ספאנטאנישע טענץ לכבוד היום.
אינמיטן טאנצן האט מען אפגעשטעלט די מוזיק, און דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען די ניגון "אמר ר' עקיבא" איבער און איבער מיט גרויס דערהויבנקייט, און אזוי אויך "תורתו מגן לנו" בהתלהבות רב כדרכו בקודש.
נאכ'ן מעמד זענען אריין אל הקודש פנימה די זינגערס און אנפירערס פונעם מעמד, ווי דער רבי האט יעגן באזונדער געוואונטשן ברכות לרוב.








































