top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחורי חמד אין לעיקוואד האלטן מיט וויכטיג כינוס "שמרם" פאררופן דורך האד' מסקולען לעיקוואד

  • 29 באפר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פילצאליגע בחורי חמד פון איבער גאנץ לעיקוואוד האבן זיך באטייליגט אינעם גרויסן כינוס "שמרם", וואס איז פאררופן געווארן בפקודת כ"ק אדמו"ר מסקולען־לעיקוואוד שליט"א.


ביים כינוס האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק איבער דעם חיוב וואס ליגט אויף יעדן זיך אפצושיידן פון די טריפה'נע טעכנאלאגישע כלים. ביים ציבור האט זיך נאך גוט געדענקט דער קאמף וואס כ"ק אדמו"ר בעל "מאור ישראל" מסקולען זצוק"ל האט געפירט אלע יארן קעגן די כלים, און ווי זיינע פעולות חובקות האבן אויפגעטאן גדולות ונצורות ביי טויזנטער אידן.


די שווערע נסיונות פון טעכנאלאגיע האבן ליידער ווייטער אנגעהאלטן, און זענען נאך שווערער געווארן, בפרט מיטן אויפשטייג פון נייע טעכנאלאגיעס ווי עי איי, וואס האבן געברענגט שווערע חורבנות. ביים כינוס האבן רבנים הגאונים שליט"א געהאלטן דרשות נלהבות, צווישן איז געווען דער מגיד מישרים הרה''ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט''א וועלכע האט אנגעווארעמט די הערצער מיטן ציל מחזק צו זיין די בחורים זיך צו שטארקן אין די ענינים.



תגובות


bottom of page