top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחנה דברי יואל: האד' מראחמיסטריווקא באזוכט ביי האד' מסאטמאר

  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

אין די טעג ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וויילט אין די מחנות הקיץ דחסידי ראחמיסטריווקא אין גרינפילד פארק, ניו יארק, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט אפצורעכטן ביקורי נימוסין בבתי אדמו"רים אויף די קעטסקיל בערג. בראש ובראשונה האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א במעון קדשו אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה, חסידות וסיפורי צדיקים. ביים באזוך איז אויך אנוועזנד געווען דער לעגענדארער מנכ"ל מוסדות ראחמיסטריווקא, הרב החסיד ר' משה יהושע קרעמער, וועמען דער סאטמארער רבי האט משבח געווען בפניו און זיך באדאנקט פאר'ן ארויסהעלפן די סאטמארער קעמפס בכל עת ועונה.



bottom of page