top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אהרן פוקד געווען ציון הק' קערעסטיר לרגל ערב ראש חודש

  • לפני 26 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף אפרוה אינעם שטעטל מאד אין אונגארן, איז נעכטן – נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אין איהעל בעצם יומא דהילולא – צוגעפארן צום דערנעבנדיגן שטאט קערעסטיר, פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת פונעם צדיק און פועל ישועות הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש מנחם אב. אנקומענדיג קיין קערעסטיר האבן די עסקנים פון רבי ישעי'לעס הויז און די אייניקלעך פונעם צדיק אנטפאנגען דעם רבי'ן מיט'ן כבוד הראוי.


דערביי האט זיך דער רבי שליט"א ארומגעקוקט אויף די מאסיווע בוי-ארבעט ביים נייעם בית המדרש, וואס ווערט אויפגעבויט אויף די ארגינעלע יסודות פון רבי ישעי'לעס היסטארישן בית המדרש. כאטש דער גאנצער שטח געפינט זיך נאך אינמיטן קאנטרוקציע און די געביידע איז נאכנישט פולקאם פארענדיגט, האט מען ספעציעל לכבוד דעם רבי'נס באזוך געעפנט דעם נייעם היכל התפילה אויף עטליכע שעה. די רבי שליט"א האט דארט געדאוונט מעריב במקום שהתפלל בו אותו צדיק.


נאך תפילת מעריב איז דער רבי ארויף צום ציון הקדוש בחרדת קודש, וואו ער איז אריין אינעם חדר הכהנים וואס געפונט זיך גלייך לעבן דעם אהל הקדוש. דער רבי האט דארט פארברענגט א לענגערע צייט, מתפלל געווען א תפילה חרישית, געליינט קוויטלעך, און אנגעוואונטשן די אלע אידן וואס האבן זיך דארט געפונען און האבן זיך מזכיר געווען לברכה וישועה.



bottom of page