האד' מוויזניץ לאנדאן מיטגעהאלטן שבת בצל האד' מתולדות אברהם יצחק אין נייעם ישוב הר יונה
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
גאר געהויבן איז פאראיבער דעם פארגאנגענעם שבת אין הרי יונה, וואו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט געוויילט צוגאסט בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט וועם דער רבי האלט אן א שטארקע ידידות און התקשרות, וואס גייט שוין צוריק לאנגע יארן.
במשך דעם גאנצן שבת איז געווען א מחזה הוד, ווען ביידע אדמו"רים האבן ארויסגעוויזן אן אויסערגעווענליכע הערצה איינער צום אנדערן. דער וויזניצער רבי שליט"א וכל הנוולים אליו האבן מיטגעהאלטן אלע תפילות, און בצלו פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק.
ביים דאווענען פרייטאג צונאכטס האט דער וויזניצער רבי געדאוונט קבלת שבת און מעריב פאר'ן עמוד. נאכן דאווענען זענען ביידע אדמו"רים אריינגעקומען צום שלחן הטהור, וואו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט ערשט געמאכט קידוש, נאכגעפאלגט דער קידוש בקול בוכים פונעם וויזניצער רבי, ווען ביידע רבי'ס אויפגעהויבן די כוסות איינער פאר דעם אנדערן. דערנאך האט דער וויזניצער רבי פארגעזונגען "קול מקדש" און נאך זמירות, שירות ותשבחות, ביידע רבי'ס האבן געזאגט תורה, און מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן דער וויזניצער רבי.
שבת אינדערפרי, ביי קריאת התורה, האט דער וויזניצער רבי עולה געווען שישי, בשעת דער תולדות אברהם יצחק'ער רבי האט, ווי יעדער וואך, עולה געווען כהן. אן אינטערסנטע ערשיינונג איז געווען בשעת קריאת עשרת הדברות, ווען ביידע אדמו"רים האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם אנדערן, זייענדיג שטארק פארקאכט.
אויך ביים סעודת היום האט דער וויזניצער רבי פארגעזונגען א גרויסן טייל פון די זמירות. ביי שלש סעודות האט האדמו,ר מתולדות אברהם יצחק מכבד געווען דעם רבי'ן צו זינגען די וויזניצער זמירות, און דער וויז'ניצער רבי האט זיך, כדרכו בקודש, עטליכע מאל צעוויינט אינמיטן זינגען, וואס האט אריינגעברענגט א געוואלידן התעוררות ביים ציבור.
מוצאי שבת, פאר הבדלה, האט דער וויזניצער רבי זיך באדאנקט בשער בת רבים פאר די גאר ווארעמע הכנסת אורחים פון קהילת תולדות אברהם יצחק אין הרי יונה, און זיך מתנצל געווען אז אלס גאסט האט ער נישט געקענט מכבד זיין יעדן כפי ערכו הראוי. צום שלוס האט ער געוואונטשן דעם תולדות אברהם יצחק'ער רבי שליט"א מיט אריכות ימים ושנים, געזונט און כח צו ווייטער פירן די עדה.
צו מלוה מלכה האבן ביידע אדמו"רים זיך געוואשן אינאיינעם אין בית המדרש, וואו מ'האט ווייטער פארברענגט מיט שירות ותשבחות און די זמירות פון מלוה מלכה. ביים בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום ענגלענדער הי"ו, נאמן ביתו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אין ארץ ישראל.

















