top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ההרים והגבעות: האד' ממבקשי אמונה אויף אפרוה אין דאוואס שווייץ

  • לפני 2 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי. פ.

אין די יעצטיגע זומער וואכן וויילט כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א אין די בארימטע קור-ארט דאוואס, שווייץ, וואו דער רבי שעפט זיך אן מיט פרישע כוחות לקראת די ימי הרחמים והסליחות און די הייליגע טעג הבאים לקראתנו לשלום. ווי באקאנט, גייט דער רבי שליט"א ארום במשך גאנץ חודש אלול צווישן די שטעט אין ארץ ישראל, מדן ועד באר שבע, מקרב צו זיין אידישע נשמות לאביהם שבשמים, אין די ראמען פון זיינע פעולות הקודש פון קירוב רחוקים רונדע דעם יאר.


דעם שבת האט דער רבי שליט"א געפראוועט אין די קרעסטא האטעל אין דאוואס, וואו עס האבן זיך אנגעזעהן ביי די תפילות און טישן א צאל אדמו"רים ורבנים חשובים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א, רב שכונת אור החיים, הגה"צ רבי משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה, הגאון רבי חיים שמערלער שליט"א אב"ד היכל צבי צאנז, און נאך רבנים חשובים וועלכע פארברענגען די יעצטיגע זומער וואכן אין דאוואס אויף אפרוה.



bottom of page