top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כשם ש'נסע' לברית: חסיד געקומען צו פליען פון ארץ ישראל אפצורעכטן ברית ביי האד' מתולדות אהרן אין קערעסטיר

  • 3 באוג׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א זעלטענער שמחת ברית מילה איז נעכטן זונטאג אפגעראכטן געווארן אין קערעסטיר אונגארן, ווען דער רך הנימול איז געקומען צו פליען פון ארץ ישראל כדי אריינצוגיין לבריתו של אברהם אבינו על ברכי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגע וואכן אויף אפרו אין מאד, בגלילות קערעסטיר.


דער אבי הבן, הר"ר שמעון פאפענהיים, מחסידי תולדות אהרן, האט שוין מיט צוויי יאר צוריק אפגעראכטן א ברית פאר א קינד בצל הקודש פונעם רבי'ן אין קערעסטיר, און אצינד ווען עס איז ביי אים געבוירן געווארן נאך א בן זכר למזל טוב איז ער ארויסגעפארן מיט'ן ניי-געבוירן קינד קיין אונגארן, וואו דער ברית איז פארגעקומען בעתו ובזמנו ביים אכטן טאג בביתו נאווה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע, וואו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן האט געדינט אלס סנדק און מוהל.


נאכ'ן ברית האט דער רבי מעריך געווען א שלחן לחיים, אין רבי ישעי'לעס הויז ביי וועלכן דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה.


איידערן צוריקפארן צום אכסניא אין מאד איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום ציון הק' וואו דער רבי האט מתפלל געווען ביים חדר הכהנים ביים אהל.



תגובות


bottom of page