top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בצוותא חדא: האדמו"רים מסקאליע און בית יצחק ספינקא אויף אפרוה אין סקאטסדעיל אריזאנע

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

די וואך שבת האבן געוויילט אינעם אפרוה-רעזארט אין סקאטסדעיל, אריזאנע, כ"ק האדמו"רים מבית יצחק ספינקא און סקאליע, וועלכע האבן אינאיינעם פארברענגט דעם שבת בצוותא חדא מיט א געקליבענע צאל חסידים און די תושבי המקום.


פרייטאג צונאכטס איז דער ספינקער רבי שליט"א אריבער צום אכסניא פונעם סקאליע רבי'ן צו וואונטשן גוט שבת, און דאס זעלבע איז געווען שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען, ווען דער רבי איז אריבער צום סקאליע רבי'נס אכסניא, וואו מ'האט דאן געהאלטן אינמיטן ראש חודש בענטשן, און דער רבי האט אויסגעווארט ביז נאך מוסף, און די רבי'ס האבן זיך דאן געוואונטשן א גוט שבת.


מנחה האט מען געדאווענט אין בית המדרש אהבת תורה אינעם געגנט, און שלש סעודות האבן די אדמו"רים אפגעראכטן אינאיינעם, וואו מ'האט זיך מכבד געווען איינער דעם אנדערן מיט די זמירות שבת ביותרת הכבוד. נאך הבדלה איז געשאפן געווארן א הערליכער שמועס צווישן די אדמו"רים איבער די קשרי ידידות פון הרה"ק מספינקא זצוק"ל מיט הרה"ק מסקאליע זצוק"ל, און די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן א גוטע וואך, ונפרדו לשלום.



תגובות


bottom of page