top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע שמחת הברית פון רך הנולד יהושע ני"ו זון פון הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האד' מבעלזא | ברייטע דעקונג

לפני 18 דקות
זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש

מיט שטורמישע געפילן און התרוממות הנפש האבן אלפי חסידי בעלזא נעכטן מיטגעהאלטן די היסטארישע שמחה במעון קדשו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ביים שמחת הברית מילה פון אן אור-אייניקל, עלטסטע בן זכר ביי נכדו הגדול והחביב הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א.


אוממעגליך צו שילדערן די שמחה'דיגע אטמאספער אין דעם בעלזער הויף, און די טיפע הרגשים וואס האבן אדורכגענומען די הערצער און גלידער פון יעדן בעלזער חסיד, זיך מיטפרייענדיג מיט די גרויסע שמחה בבית המלוכה, זעענדיג ווי די גאלדענע קייט ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת.


די שמחה איז אויך געווארן מיטגעהאלטן דורך פילע הונדערטער געסט חסידי בעלזא מכל רחבי תבל וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן מעבר לים מיטצולעבן די ימי אורה מקירוב מקום.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן שוין פארלאפענעם שב"ק ביים שמחת השלום זכר ביים טיש פונעם זיידן די בעלזער רב שליט"א, און זונטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מעמד הקריאת שמע ליינען מיט די השתתפות פון טויזנטער ילדי תינוקות של בית רבן חסידי בעלזא פון אלע שטעט וועלכע האבן זיך פארזאמלט אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא.


ווען דער רב שליט"א איז ערשינען אינעם היכל האבן די ילדי חן מקבל געווען פני קדשו מיטן ניגון "כי אורך ימים", און דער רב שליט"א האט געליינט קריאת שמע און געזאגט די פסוקים מיט די ילדי החסידות. דערנאך האט דער רב פארטיילט פעקלעך מיני מתיקה פאר די אייניקלעך און אור-אייניקלעך, און די טויזנטער קינדער זענען דורך אל מול פני הקודש פארנט פונעם רב, וואו דער בעל שמחה הרב שלום האט פארטיילט פעקלעך פאר די ילדי החמד.


די סעודת וואך-נאכט איז געפראוועט געווארן נאך מעריב אינעם בית תפילה במעון קדשו פונעם רב שליט"א, ספעציעל געייגענט פאר די הונדערטער געסט מעבר לים. בעפאר די סעודה האט דער רב געזעגענט די געסט מיט קוויטלעך, און דערנאך ערשינען צו די שמחה און זיך געוואשן צום סעודה, ווי מען האט פאר א לענגערע צייט זיך מיטגעפרייט בשירות ותשבחות און ניגוני שבח והודאה בתופים ובמחולות אויף גאר א געהויבענעם פארנעם.


דער רב שליט"א האט געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש, און מיטן בענטשן מכבד געווען בנו יחידו דער זיידע הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א. נאכן בענטשן האט מען אנגעהויבן דעם וויזניצער הקפה-ניגון און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט אויף די אייגענע פיס צו א ריקוד של שמחה, וינועו אמות הסיפים.


נאך וואס דער רב שליט"א האט פארלאזט די שמחה האט מען ממשיך געווען די סעודה אין שפיץ פונעם זיידן הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, און דער בעל שמחה הרב שלום האט אויפגעטרעטן מיט א שיינעם דרשה באגלייט מיט הארציגע דברי שבח והודאה. אויך האבן אויפגעטרעטן דער זיידע הרה"ג רבי יחיאל מאיר פאנעט שליט"א, און הרה"ח ר' אהרן עסטרייכער הי"ו וועלכע האט דערציילט די מעשה הידוע פונעם בעש"ט הק' וואס איז נהוג צו דערציילן ביי סעודת וואך-נאכט.


נעכטן מאנטאג ביום השמחה איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אויף תפילת שחרית אינעם גרויסן היכל הביהמ"ד וועלכע איז געווען מלא וגדוש על כל גדותיו מיט טויזנטער חסידים פון איבער דער וועלט וואס האבן איבערגעפילט דעם היכל און אלע גאלעריעס מקצה אל קצה.


צום עמוד איז צוגעגאנגען דער בעל שמחה הרב שלום, כנהוג האט מען ביי פסוקי דזמרה געזינגען ביי רוממות און געזאגט "וכרות" פסוק בפסוק. דער בעל שמחה האט עולה געווען לתורה און געמאכט א מי שברך ליולדת. נאכן דאווענען איז דער רב ארויפגעגאנגען אויפן באלעמער צום שמחת הברית מילה במעמד אלפי החסידים.


די זיידע הרה"ג רבי יחיאל מאיר פאנעט שליט''א איז געווען קוואטער, און דער אבי הבן האט געדינט אלס מוהל. מיט חיקה'ס זענען מכובד געווארן הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב''ד מחזיקי הדת, דער פעטער כ''ק האדמו''ר מגארליץ שליט''א, דער פעטער הגה"צ גאב''ד מאקאווא אשדוד שליט"א, און די אייניקלעך פונעם בעלזער רב שליט"א.


דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז מכובד געווארן מיט כסא של אליהו, און דער רב שליט"א האט געזאגט די פסוקים פון "זה הכסא". מן הכסא איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א. דער ראש בית אב דער רב שליט"א האט געדינט אלס סנדק, מן הסנדק הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א, מיט סנדקאות דמעומד איז מכובד געווארן דער זיידע הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, און דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א האט געזאגט די ברכות און קריאת השם.


א התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור ווען עס איז געגעבן געווארן דעם נאמען פארן רך הנימול 'יהושע' בן הרב שלום, כשמו פונעם גרויסן זיידן הרה"ק דער מיטעלער בעלזער רב זי"ע, זייענדיג גאר א זעלטענע ערשיינונג אין די משפחת המלוכה ביים רב שליט"א, א נאמען צו געבן נאך איינער פון די בעלזער רביים, און בפרט די נאמען יהושע וואס דאס קינד איז דאס ערשטע מיוצאי חלציו פונעם רב שליט"א וואס טראגט דעם הייליגן נאמען, נאך וואס פילע אייניקלעך טראגן דעם נאמען "משה יהושע" נאכן זיידן הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע.


נאכן ברית האבן די טויזנטער חסידים אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה והודאה, און דער רב שליט"א האט זיך ווידער אויפגעשטעלט טאנצן על מקומו פאר עטליכע רגעים, באטאנענדיג די געוואלדיגע התרגשות פון די גרויסע שמחה. דערנאך האט דער רב שליט"א ווייטער מעודד די ניגונים מיט גאר גרויס ברען, און צום שלוס געוואונטשן מזל טוב פארן ציבור האלפים אין אלע ווינקלען פונעם היכל.


נאכן שמחה האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לעקך און בראנפין בביתו נאוה קודש, און געוואנטשן מיט ברכות לרוב די בעל שמחה און די זיידעס, און גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז געווען אנווענזד, און מען האט געזינגען ניגוני הודאה.


צוויי אזייגער נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור אינעם גרויסן שטוב, זיך געוואשן צום סעודת הברית, טועם געווען פון די מאכלים, ווי מען האט ספעציעל אויפגעגעבן קוגל און געשטעלט וויין פאר די כוללים תחת הנהלתו פונעם בעל שמחה הרב שלום.


מען האט געזינגען פילע ניגוני שמחה און שבח והודאה בעת דער רב שליט"א איז מעודד די ניגונים בלבת אש קודש. צווישן די ניגונים האט מען געזינגען א נייעם ניגון "וזכנו לראות בנים" פארפאסט דורכ'ן בעל מנגן הרה"ח ר' משה קאליש הי"ו לכבוד די שמחה.


דער מאקאווא רב האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און דער רב שליט"א האט געזאגט די הרחמנ'ס. נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה של שמחה.


שפעטער נאך מנחה בביתו נאוה קודש זענען אריין אל הקודש פנימה די געסט פון אויסלאנד זיך צו געזעגענען נאך די אומפארגעסליכע ימי השמחה, און די טויזנטער חסידים האבן זיך צושפרייט למקומות מושבותיהם מיט געהויבענע הרגשים וואס וועלן שטענדיג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.



תגובות


bottom of page