top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סותר על מנת לבנות: ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא ווערט איינגעווארפן צום התחלת הבני' פון נייעם היכל השולחנות

לפני 45 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

היינט דינסטאג צופרי האט מען אין א מזל'דיגע שעה אנגעהויבן די בוי ארבעט, איינצוווארפן דעם אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא אין בעפארברייטונג צום מאסיוון פראיעקט אויפצובויען א גיגאנטישן בנין היכל השולחנות און היכל התורה.


ווי שוין ברייט באריכטעט באריכטעט איז באשלאסן געווארן בפקודת וברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אויפצובויען אויפ'ן פלאץ וואו עס שטייט מאמענטאל דער ביז-איצטיגער בנין ביהמ"ד, א נייעם גיגאנטישן בנין וואס וועט דינען דעם טאפלטן ציל, אויף די אויבערשטע צענטראלע שטאק דער "היכל השולחנות" פאר די עריכות השולחנות ומעמדי שמחה בצל הקודש, און אויף די אונטערשטע שטאק דער גרויסער "היכל התורה" גרייט פאר די קובעי עתים לתורה בכל עת ובכל זמן.


מיט א צייט צוריק נאכדעם וואס א חלק פונעם באלקאן פונעם ביהמ"ד איז איינגעפאלן, וואס בנסי נסים איז דאן קיינער נישט דארט געווען, האט מען איינגעזען אז מ'קען שוין סייווי זיך נישט באנוצן מיט דעם בנין, און עס איז באשטימט געווארן תיכף צוצוטרעטן צו די בוי-ארבעט, אומצוווארפן דעם בנין, כדי אויפצובויען דעם נייעם בנין וואס פעלט זיך אזוי וויכטיג אויס צו קענען אקאמאדירן די אלפי החסידים פון נאנט און ווייט וואס שטראמען כסדר זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און אצינד נאך מערערע טעכנישע הכנות האט מען ענדליך אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, ווען עס האבן זיך באוויזן טראקטארס אויפן ארט, און אנגעהויבן די ארבעט צו צאמווארפן די אלטע געביידע, סותר על מנת לבנות.


נאכן איינווארפן דעם יעצטיגן בנין, האפט מען צו קענען אנהייבן בויען ביז געציילטע חדשים, נאך אינמיטן די חדשי החורף הבעל"ט.


זייענדיג א בנין בעיקר מיט צוויי ריזיגע היכלות אויף די צוויי שטאקן פון די געביידע, איז געפלאנט אז דער מלאכת הבנוי' וועט קענען אנגיין געשווינד און שנעל, און לויט די יעצטיגע פלענער האפט מען צו קענען שוין באנייען דעם בנין אויף אומגעפער א יאר ארום, לקראת די ימים הנוראים פון שנת תשפ"ח הבעל"ט.


תגובות


bottom of page