top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן מעמד אדיר "ליל התקשרות" לטובת כולל חבת ירושלים לצדקת רמבעה"נ

לפני 23 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מוצאי שבת קודש וירא האבן זיך פילע טויזענטער תושבי וויליאמסבורג  צאמגענומען צום מעמד אדיר 'ליל התקשרות' לטובת די הייליגע צדקה פון 'כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס' וועלכע איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אויף א גרויסע און מלכות'דיגע פארנעם אין שטאט בראשות די אדמור"י ורבני העיר שליט"א.


באזונדער האט מען זוכה געווען אז דער פאר הדור והדרו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א נשיא הכולל, ביי וועם די הייליגע צדקה פון כולל חבת ירושלים איז נוגע ללבו הטהור ממש, האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה דורך א הוקאפ לכבוד די הייליגע צדקה און לקראת הילולת מר אביו הרה"ק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע.


נאך א הויפט נייעס פונעם דינער איז געווען די דרשה פון יד ימינם ונאמן ביתם פון די צדיקי בית פשעווארסק הרב החסיד המפורסם רבי משולם זילבערמאן שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן אויפצוטרעטן אלס אורח הכבוד און האט געהאלטן געשפאנט דעם ריזן ציבור מיט עדות נאמנה פון איבער א יובל יארן, וואס דאס מיינט חבת ירושלים ביי אט די הייליגע צדיקים, באגלייט מיט פארשידענע אינטערסאנטע זכרונות.


א עקסטערע חשיבות האט געטראגן די היי-יעריגע מעמד, ווען עס איז פארגעשטעלט געווארן חפצי קודש פון די הייליגע נשיאי הכולל, בראש וראשון די הייליגע בעכער פון די הייליגע רבי ר' מאיר'ל פון פרעמישלאן זי"ע, וואס האט דאס ערהאלטן אלס מתנה פון די דעמאלטס'דיגע הנהלת כולל חבת ירושלים. די זכות ברכת המזון אויף דעם בעכער, איז פארקויפט געווארן ברבים בשעת'ן מעמד, און נאכן בענטשן זענען די שותפי הכולל זוכה געווען צו טרינקען כוס של ברכה פונעם הייליגן כוס אליין, און אלע נדבנים זענען אריבער געגאנגען באקומען שיירי הכוס.


במשך'ן נאכט האט מען געקענט זען די הייליגע בריוו כולו בכתב ידו פון הייליגן שינאווער רב זי"ע, געשריבן א קנאפע חודש פאר זיין הסתלקות לשמי מרום צום הייליגן קדושת יו"ט פון סיגוט זי"ע, מיט גאר שטארקע לשונות איבערן חיוב צו שטיצן כולל חבת ירושלים. די בריוו איז פון די גאר טייערע כתבי הקודש וועלכע איז צוטיילט געווארן ביים היסטארישן חלוקת ירושה צווישן די אדמורי"ם ורבנים שליט"א בני הרה"ק בעל ברך משה מסאטמר זי"ע, ווען אין דעם בריוו האט זוכה געווען בנו הגה"צ רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר 15 עוו.


אויך זענען געהערט געווארן רייכע דרשות און אינטערסאנטע פאנעלן איבער די היסטאריע פונעם כולל, און ניגוני קודש מחצרות הצדיקים לבית ליזענסק, חתם סופר, ראפשיץ און קאלאשיץ זי"ע, וועלכע זענען געווען איין לאנגע קייט פון קורת רוח, ממשיך צו זיין די חסידישע מסורה און התקשרות צו התנא האלוקי רבי מאיר בעל הנס און אלע פריעדיגע חסידישע רבי'ס תלמידי בעש"ט הק' מייסדי ונשיאי הכולל זי"ע.


תגובות


bottom of page