top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ אבד"ק פאפא מאנסי שליט"א פראוועט געהויבענעם שבת אין קערעסטיר

לפני 44 דקות
זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א גרויסער ציבור חסידי פאפא האט מיטגעהאטן דעם געהויבענעם שבת פרשת חיי שרה אין קערעסטיר אונגארן, בראשות הגה"צ אבד"ק פאפא-מאנסי שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וועלכער האט געוויילט אין שטאט און פוקד זיין דעם מקום מנוחה פון הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע להפקד בדבר ישועה ורחמים.

א לענגערע צייט וואס עס זענען אנגעגאנגען די געהויבענע הכנות צווישן חברי ק"ק פאפא אין מאנסי און אין אנדערע מקומות, מסדר צו זיין אלע פרטים פונעם געהויבענעם שבת אין קערעסטיר, ביי וועלכן מ'האט זיך דערהויבן במחיצתו של אותו צדיק. במשך דעם שבת האט מען געהערט שיעורים און דרשות פון הגה"צ אבד"ק פאפא-מאנסי שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען יסודות'דיגע הדרכות ודברי חיזוק והתעלות, ובפרט איבער דער גרויסער זכות פון צו פארוויילן א שבת אויפן מקום וואו דער צדיק האט משפיע געווען פאר אידישע קינדער בחיים חיותו.

מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן די גרויסע מלוה מלכה, ביי וועלכער דער רב שליט"א האט דערציילט סיפורי צדיקים פון זקינו הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע, און כחצות הלילה האט מען פוקד געווען דעם ציון הק', וואו מ'אט מתפלל געווען להפקד בדבר ישועה ורחמים.



תגובות


bottom of page