top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הגה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע אפגעראכטן מיט גרויס התעוררות אין פשעווארסקער הויף

לפני 25 דקות
זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שרוליק ק JDN

מאסן חסידים האבן דעם שב"ק פ' חיי שרה, ז"ך מרחשוון העעל"ט, מיטגעלעבט א געהויבענעם "שבת הילולא", לרגל די 28'סטע יארצייט פונעם רבן ומאורן של ישראל כ"ק אדמו"ר הגה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זצוק"ל וואס איז געפראוועט געווארן מיט א געוואלדיגע התרוממות בצל הקודש פון בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.


דאנערשטאג נאכט, נאך חצות הלילה, האט דער רבי שליט"א פוקד געווען דעם ציון הק' אויפן בית החיים פון דער אנטווערפענער קהילה מחזיקי הדת אין פיטע, האלאנד, אינאיינעם מיט פילע חסידים. נאכן צינדן די ליכט ביי די ציונים הק' אינעם אהל האט מען געזאגט די מזמורי תהלים פון ספר רביעי מיט א געוואלדיגע התעוררות, דער רבי שליט"א האט דערנאך געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און געליינט די קוויטלעך, דערנאך צוגעגאנגען צום ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע און פון אמו הרבנית ע"ה, און געוואונטשן מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס.


פרייטאג אינדערפרי האט שוין אנגעהויבן דער גרויסער שטראם פון שיירות חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען געקומען צו פארן קיין אנטווערפען פון איבער די גארער וועלט, ובתוכם איז געווען פילע רבנים חשובים און נכדי בעל ההילולא.


לעת כניסת השבת איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אינעם בית המדרש הגדול. תפילת מנחה האט פארגעדאווענט כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א חתנו כבנו פונעם בעל ההילולא, און צו קבלת שבת האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה.


א קורצע וויילע נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש און אנגעהויבן "שלום עליכם", דער טיש האט זיך געצויגן פאר עטליכע שעה, מיט זמירות ותשבחות און דברות קודש ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מרחיב געווען במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, און זיך אויסגעדרוקט מיט גרויסע הפלגות אויף זיין גאונות בתורה און שפלות רוח. געבענטשט האט דעם רבינס זון הרה"צ רבי יוסף צבי לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק מאנסי.


שבת אינדערפרי, האט דער רבי שליט''א פארגעדאווענט פסוקי דזמרה, און צו שחרית האט די רבי צוגעשיקט נכדו הרב משה לייזער, א זון פון בנו הגה"צ רבי אלטר לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג.


ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען מפטיר כנהוג. מיט די איבעריגע עליות האט מען מכבד געווען די חשובע רבנים און געסט, צווישן זיי הגה"צ רבי שמעיה לעוו שליט"א דומ"ץ וראש הכולל סאטמאר לאנדאן וועלכער האט עולה געווען שישי. דער רבי שליט"א האט דאן געבענטשט דעם חודש און צוגעגאנגען צו תפילת מוספין.


דער סעודתא בצפרא דשבתא האט דער רבי שליט"א מיטגעגעסן מיט'ן גאנצן עולם. עס איז אויפגעגעבן געווארן א סעודה רחבת ידים, און ווידעראמאל האט מען געהאט די זכי' צו הערן סיפורי קודש אויף די צדיקים וואס זייער יארצייט געפאלט אויס די וואך. דער רבי שליט"א זעלבסט האט געבענטשט ברכת המזון.


שפעטער האט נאכגעפאלגט די דערהויבענע סעודת רעוא דרעוין ברשפי אש, דער ספינקא רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און דער רבי שליט"א האט געדאוונט מעריב פארן עמוד, און דערנאך געמאכט הבדלה ברוב עם אין ביהמ"ד.


מוצאי שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן די צענטראלער יארצייט טיש אינאיינעם מיטן סעודת מלוה מלכה, אינעם ביהמ"ד הגדול פשעווארסק, בית מדרשו של רבי. כמדי שנה בשנה קומט פאר די סעודת הילולא אינאיינעם מיט'ן יערליכן מגבית לטובת דעם כולל "אהל יעקב", וואס דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט אויפגעשטעלט לשמו ולזכרו פון זיין הייליגן טאטן זי"ע.


בעפאר די סעודת ההילולא איז פארגעקומען א פריוואטער מסיבה לנגידים בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן, מיוחד פאר אלע נגידים וועלכע האבן בייגעשטייערט פארן כולל דעם סכום פון 1800 דאללער. עס האט אויפגעטרעטן מיט א קורצע דרשה דער לעגענדארע משמש בקודש פון אדמו''רי בית פשעווארסק הרב משולם זילבערמאן הי"ו, און דערנאך האבן די נגידים געהאט די זכי' דורכצוגיין מיט קוויטלעך, וואו דער רבי שליט"א האט פארטיילט גארטלעך און שמן זית אויף חנוכה, פאר די תומכי הכולל.


אין די זעלבע צייט איז געווען צוגעגרייט די סעודת הילולא בהרחבה פאר כל הקהל הקודש אין ביהמ"ד, וואו עס האבן באשיינט אלע רבני ודייני העיר. קורצליך דערויף איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן.


דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים כנהוג. דערנאך האט דער רבי שליט"א מסיים געווען ש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך דעם גאנצן ציבור לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא און דערויף געזאגט דעם קדיש.


נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט ארומגערעט איבער די גדלות פון זיין גרויסן פאטער די בעל ההילולא בג' עמודי עולם, במיוחד אין מידת החסד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים.


מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון קרית גת וואס האט מיטגעהאלטן דעם טיש.


אויך אין אנדערע מקומות איבער דער וועלט איז די פשעווארסקער יארצייט אפגעהאלטן געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם, במיוחד אין די בתי מדרשים דחסידי פשעווארסק וואו מען איז זיך צוזאמגעקומען אויף סעודות הילולא אין שפיץ פון די חשובע אייניקלעך פונעם בעל ההילולא.


תגובות


bottom of page