top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערב ראש חודש אלול: געהויבענער מעמד תפילת רבים דורך האד' מתולדות אברהם יצחק אין אתרא קדישא מירון

  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דינסטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ארויסגעפארן ממעון קדשו אין הר יונה אויפ'ן וועג קיין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי האט אויסגענוצט דעם יום המסוגל פון ערב ראש חודש אלול מתפלל צו זיין ביים ציון הקדוש פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל.


דער רבי איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, זקנים עם נערים, און האט צוערשט געדאוונט מנחה אויפ'ן גרויסן מתחם טדגי אויפ'ן הר הקודש מירון. דערנאך איז דער רבי אריבערגעגאנגען זיך משתתף זיין ביים גרויסן תפילת רבים דורך חבורת "אתכנשו" לחיזוק לימוד ספר הזוהר, וואו דער רבי האט זיך באגריסט מיט אנוועזנדע אדמו"רים וגדולי ישראל אויפ'ן אויבן אן, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א, און נאך.


נאכ'ן משמיע זיין דברי ברכה לכבוד העם הנאספים, האט דער רבי פארלאזט דעם מעמד און איז אריבער צום חצר פון די מערה ביים ציון הקדוש אין אתרא קדישא מירון, וואו מ'האט זיך געשטעלט דאווענען תפילת מעריב מיט א געוואלדיגע התעוררות. נאך תפילת מעריב האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום עולם, און מ'האט אנגעהויבן די ניגונים און נוסחאות וואס מ'זינגט אין די ימים הנוראים בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק, בשעת דער רבי שליט"א קאכט ארום בשלהבת אש קודש און איז מעודד די ניגונים בכל כוחו. דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אינעווייניג אין די מערה, וואו ער האט א לענגערע וויילע געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הקדוש, אויספועל'נדיג ישועות ורפואות פאר'ן כלל און דעם פרט.



תגובות


bottom of page