הר יונה: תשעה באב בצל האדמור"ים מתולדות אברהם יצחק און וויזניץ לאנדאן
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' ואתחנן • ט' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג אין פריע פארטאגס שעה'ן האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א געלאנדעט על אדמת ארצינו הקדושה, וואו דער רבי שליט"א וועט פארברענגען די קומענדיגע זומער וואכן אינעם שטעטל הר יונה למנוחת נפשו הטהורה. אינעם לופטפעלד איז דער רבי געווארן אפגעווארט דורך א קבוצה נכבדה חסידים און מקורבים. דער רבי איז תיכף צוגעפארן קיין הר יונה, וואו ער האט זיך געטובל'ט אין די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין שיכון מעזריטש, הר יונה.נאכן מקוה איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען שלום נעמען פון אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. די רבי'ס האבן געדאוונט שחרית אינאיינעם, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער האט מכבד געווען דעם אורח הדגול, דער רבי שליט"א, מיט די ברכות און קריאת השם.נאכן ברית האט דער וויזניצער רבי זיך משתתף געווען ביי מסיבת לחיים און די סעודת מצוה, ביי וועלכע די אדמורי"ם האבן פארברענגט בנועם שיח, שמועסנדיג שיינע ענינים, עובדות, סיפורים און זכרונות הוד קדומים.
דורכאויס תשעה באב האט דער רבי מיטגעהאלטן אלע תפילות, אמירת איכה און קינות בצל האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אינעם ביהמ''ד הגדול אין שיכון מעזריטש און הר יונה.
















































