top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אברהם יצחק אנגעקומען קיין שיכון מעזריטש - הר יונה אויף אפרוה

  • לפני 25 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' מטות מעסי • כ' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות און פרייד האבן חסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע זומער וואכן, בקרב חסידיו.


דער אנקום פונעם רבי'ן האט ארויסגערופן באזונדערע התרגשות, נאכדעם וואס עס איז שוין פארלאפן כמעט א גאנץ יאר זינט דער רבי איז דאס לעצטע מאל געווען אין הר יונה. במשך די לעצטע חדשים האט דער רבי, צוליב זיין אפגעשוואכטן געזונט־צושטאנד, נישט געקענט פארן, און דערפאר איז די נסיעה קיין הר יונה עטליכע מאל אפגעשטופט געווארן.


ווען דער רבי איז אנגעקומען בשערי העיר איז אפגעהאלטן געווארן א פייערליכע קבלת פנים לכבודו. הונדערטער ילדי החמד פון תלמוד תורה תולדות אברהם יצחק זענען ארויסגעקומען לרחובה של עיר, און האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה.


דער רבי שליט"א האט זיך אפגעשטעלט צווישן די רייעס פון די קינדער, זיך אומגעקוקט מיט נחת דקדושה, און די חסידים תושבי הישוב זענען דורך שלום נעמען מול פני הקודש.


שפעטער ביינאכט איז דער רב ארויס אויף א שפאציר דורך די גאסן פון שיכון מעזריטש, צום נייעם דירה פון מקורבו, הרה"ח ר' דוד שישא הי"ו, וועלכער האט אין די טעג זיך באזעצט אינעם ישוב דחסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה, אויף א מעמד קביעת מזוזה אין זיין נייע דירה אלס הכרת הטוב פאר ר' דוד הי"ו וואס געבט זיך אפ די לעצטע עטליכע יאר פאר דעם רבינס געזונט מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, און געבט זיך אפ מיט אלע מעדיצינישע אנגעלעגנהייטן פארן רבי'ן, און בנוסף איז ער נושא בעול צו שאפן די ריזיגע סכומים, וואס פארלאנגט זיך פאר די פארשידענע מעדיצינישע באהאנדלונגען און רפואות.


נאכדעם האט דער רבי שליט"א ווייטער ממשיך געווען מיט'ן שפאציר דורכ'ן שיכון, און זיך אומגעקוקט נאענט אויף די נייע דירות־פראיעקטן, וואו פילע חסידי תולדות אברהם יצחק האבן זיך באזעצט אין די לעצטע תקופה. די עסקנים האבן דערביי איבערגעגעבן א דעטאלירטן באריכט איבער דער אנטוויקלונג פונעם געגנט, די פריש צוגעקומענדע משפחות וועלכע האבן זיך דארט באזעצט, און די ווייטערדיגע פלענער פאר'ן וואוקס פונעם ישוב.


במשך די קומענדיגע וואכן וועט דער רבי שליט"א זיך אויפהאלטן אין הר יונה, וואו ער וועט פראווען די געהויבענע שבתים, אויפנעמען דעם ציבור, און משפיע זיין פונדערנאנט אויף עדת צאן מרעיתו וועלכע האבן שוין לאנגע חדשים ארויסגעקוקט אויף דעם געלעגנהייט.



bottom of page