מעמד ״פתיחת שערי פרנסה״ ביים ציון חוני המעגל אין שפיץ פון האד' מתולדות אברהם יצחק מיט בוני הבית פונעם ביהמ"ד הגדול
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג ז' בחשוון, יום שאילת גשמים - אין דעם זמן מסוגל אויף פרנסה, האבן זיך הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק, נדיבים ובונים פונעם בנין ביהמ"ד הגדול בית מדרשו של רבי, צונויפגענומען צו א געהויבענעם און היסטארישן מעמד תפילה "פתיחת שערי פרנסה", אין שפיץ פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אלס הכרת הטוב פאר די נדיבי עם וואס האבן זיך געלאזט קאסטן סכומים אדירים פארן איבערבוי פראיעקט פונעם ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים - בית מדרשו של רבי, לפאר ולרומם בית השם. די מעמד איז פארגעקומען אין דעם מקום מסוגל ביים ציון הקדוש פון התנא האלוקי חוני המעגל זיע"א אין חצור, וואס איז באוואוסט אלס מקום מסוגל אויף ישועות, ובפרט בענין הפרנסה.
דער גאנצער מתחם הציון איז מייסטערהאפטיג אהערגעשטעלט געווארן דורך די אימפקט פראדאקשען פירמע, וואס האט אריינגעברענגט דעם ציבור אין אן אטמאספערע פונעם שטעטל אין דער אלטע היים. ביים אריינגאנג איז געווען צוגעשטעלט אכילה ושתי' כיד המלך אין דעם אייגנארטיגער "שוק העיר".
פארנאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מתחם הציון קומענדיג צופארן פונעם מקום הנופש אין הר יונה. מען האט תיכף זיך געשטעלט דאווענען מנחה ברוב עם. דערנאך האט מען זיך אנגעווארעמט מיט הארציגע ניגוני התעוררות כהכנה דרבה, און מען האט געהערט א פייערדיגע דרשה דורך המשפיע הגה"צ רבי יהודה דייטש שליט"א, וועלכער האט מעורר געווען די הערצער בגודל מעלת המקום והזמן.
א ספעציעלער התרגשות האט ארומגענומען די משתתפי המעמד ווען א העליקאפטער האט געלאנדעט אויפן ארט, מיט די צוויי נגידים עמודי התווך ובוני הבית, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צופארן קיין ארץ ישראל צום מעמד ה"ה הנגיד הר"ר שמואל הורוויץ הי"ו פון מאנסי – יו"ר קרן הבנין, און הנגיד הר"ר שמעיה צבי רייך הי"ו פון קרית יואל. די נגידים זענען באגריסט און מכובד געווארן ביותרת הכבוד און זענען געזעצט געווארן אויפן אויבן-אן.
דאן האט מען אנגעהויבן די באשטימטע סדר אמירת תהילים און תפילות אויף פרנסה פארגעזאגט דורך הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א, חבר בד"ץ העדה החרדית, און הנגיד הר"ר שמעיה צבי רייך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און מאציל געווען ברכות לרוב פאר אלע משתתפים בוני הבית.
א באזונדערען רושם האט איבערגעלאזט די מחזה הוד ווען דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד קודש אנכאפנדיג די צוויי חשובע נגידים, בעת דער גאנצער ציבור הייבט זיך טפח וטפחיים מיט התרוממות הנפש.
תיכף נאכ'ן מעמד האט דער רבי שליט"א פארטיילט גאר ווערדפולע מתנות פאר די חשובע נדיבים, און איבערגעגעבן פאר יעדן איינעם פון די תורמים א ספעציעלן קמיע אלס סגולה לפרנסה, לאות הוקרה פאר זייער העראישע ביישטייערונג למען בית ה'.
































































































































תגובות