שמחת הבר מצוה בחצרות תולדות אהרן - קרעטשניף - דזיקוב וויזניץ - מעליץ; ערשטע אור-אייניקל ביי האד' מתולדות אהרן
מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
בשמחה וגילה איז נעכטן געפראוועט געווארן די הערליכע שמחת הבר מצווה אין די הויפן פון תולדות אהרן - קרעטשניף - דזיקוב וויזניץ - מעליץ, די חתן הבר מצווה עלטסטע אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן טבריה, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרב יחיאל מיכל קאהן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' דוד משה ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף, זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, די שמחה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר בהיכל ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן, במקהלות עם רב, חסידים ומעריצים פון אלע הויפן.עס איז געווען א מחזה הוד און א זעלטענע ערשיינונג זעהנדיג פיר עלטער זיידעס האדמור"ים, ביים מפאר זיין על ראש שמחתם, ביי א בר מצוה פון א דור רביעי, בלי עין הרע, וחסידים ברינה יגילו אויף א געהויבענעם און פרייליכן שטייגער זעהנדיג ווי עס ציען זיך ב"ה ווייטער די ליכטיגע דורות.
צום באשטימטן צייט זענען די זיידעס האדמור"ים ערשינען אין ביהמ"ד לקול תרועת הזמר, און זיך געוואשן צו דער סעודת מצוה. דער ביהמ"ד איז געווען צוגעגרייט אויף א גרעסערע פארנעם און די שמחה איז באגלייט געווארן בתופים ומחולות זייענדיג אן אויסנאם פאל, לכבוד די זעלטענע שמחה.אינצווישן די לעבעדיגע ניגונים האט מען געזונגען א נייעם ניגון, וואס די זיידע הגה"צ אבד"ק תולדות אהרן טבריה שליט"א האט פארפאסט לכבוד די שמחה, אויף די ווערטער, אודה ה' מאוד בפי. אזוי אויך האט די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א פארגעזונגען די וויזניצער זמר אודה, מיט רגשי שבח והודאה שטייענדיג ביים שמחת הבר מצוה פונעם ערשטן אור-אייניקל.
דער בר מצוה בחור האט געזאגט דאס פשט'ל בטוב טעם ודעת, און מען האט אריינגעזינגען כנהוג. דערנאך האט מען געהערט די דרשות דורך די עלטער זיידעס כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א און זיין איידעם הגה"צ אבד"ק תולדות אהרן טבריה שליט"א, באזונדער האו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט''א משמיע געווען קורצע דברי ברכה לכבוד די שמחה. דער בר מצוה בחור איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון על הכוס, און דער גאנצער עולם איז אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר די געהויבענע בעלי השמחה.
היינט צופרי איז פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין בביתו נאווה קודש פונעם זיידן האדמו"ר מתולדות אהרן. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די נעכטיגע שמחה און איבערגעגעבן וויכטיגע הדרכות ישרות פארן בר מצוה בחור, בעניני תפילין, ברכת כהנים, עלי' לתורה און נאך.































תגובות