יחליפו כח: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט וויילן אויף אפרו אין 'הר יונה' בארה"ק בצל ידידו וריעו האד' מתולדות אברהם יצחק
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט דעם זומער אפרייזן קיין ארה"ק און וויילן אויף עטליכע וואכן אויף אפרו אינעם אויפבליענדן ישוב פון חסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט "הר יונה".
אין די יעצטיגע טעג טוט זיך דער רבי שליט"א ב"ה צוריקכאפן צו די כוחות, נאכ'ן דורכגיין א צאל מעדיצינישע באהאנדלונגען און אמעריקא און אין לאנדאן, און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים דארף דער רבי אוועקפארן אויף אפרו פאר עטליכע וואכן, צו קענען קומען גענצליך צוריק צו די כוחות, ס'איז געווען עטליכע אפציעס אויפ'ן טיש פאר'ן פאסיגן מקום הנופש, און דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט רצון קדשו, אז ער קלויבט אויס צו פארן קיין ארה"ק, און וויילן אינעם נייעם חסידישן ישוב "הר יונה", וואו ער וועט גלייכצייטיג האבן די מעגליכקייט צו נהנה זיין און חוסה זיין בצל קדשו פון ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועלכער וועט אין די פאר וואכן אויך דארט וויילן למנוחת הנפש.
שוין פאריאר זומער איז געווען א פלאן אז דער רבי שליט''א זאל פארן זיך אפרוען אין הר יונה, אבער צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס וואס זענען אונטערגעקומען אינעם רבינס מצב הבריאות איז דאס נישט ערמעגליכט געווארן.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט זיך דער רבי ארויסלאזן קיין ארץ ישראל, קומענדיגן זונטאג ואתחנן און דארט פארוויילן די נאכפאלגנדע וואכן. ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך די שטוב מענטשן וועלן נישט פארקומען קיין שום אפציעלע טישן און מעמדים, און דער רבי וועט דארט אפרעכטן זיין עבודת הקודש מיט אן ענגע צאל מקורבים אויף א פריוואטן פארנעם, און וועט מעגליך מיטהאלטן די שבתים און טישן בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
מטעם די עסקני חצר הקודש תולדות אברהם יצחק ווערט צוגערישט א דירה נאה מיט אלע באקוועמע הצטרכות'ן אלס אכסניא של תורה פארן וויזניצער רבי'ן שליט"א, אז דער רבי זאל זיך קענען אנשעפן מיט פרישע כוחות און צוריקקומען לאיתנו הראשון, וקוי ה' יחליפו כח.

